אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ראיעל קענעדיען מאונטעד פאליציי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 22: שורה 22:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:המשטרה הרכובה המלכותית של קנדה]]
[[he:המשטרה הרכובה המלכותית של קנדה]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 13:07, 24 אקטאבער 2023

די קעניגלעכע קאנאדישע אויפזיצנדיקע פאליציי (ענגליש: Royal Canadian Mounted Police ראיעל קענעדיען מאונטעד פאליס), באקאנט אלס די אר-סי-עם-פי אדער מאונטיס, איז די נאציאנאלע געזעץ ענפארסמענט אגענטור פון קאנאדע, און אויך א שטארקע סימבאל פון דאס לאנד. די אגענטור איז געגרינדעט געווארן אין 1873 אלס די נארט-וועסט מאונטעד פאליציי צו קאנטראלירן דאס לאנד פון אינערליכע קאנפליקטן. די אגענטור פארמאגט היינט 16,000 אפיצירן. וויבאלד ווען די פאליציי קראפט איז געגרינדעט געווארן האבן זיי גענוצט פערד, איז די סימבאל פון די אגענטור געבליבן אן אפיציר רייטנדיג אויף א פערד.

ארגאניזאציע און אירע פליכטן

די אר-סי-עם-פי ווערט אנגעפירט ביי א קאמישענער אין די אגענטור'ס הויפטקווארטיר אין אטאווע. די אגענטור איז איינגעטיילט צו 700 טיילן, צושפרייט איבער'ן גאנצן לאנד. אויסער די אפיצירן האט זי 5000 ציווילע ארבייטער אין אירע אפיסעס איבער'ן לאנד. די אגענטור ברויך ארויפצווינגן די נאציאנאלע געזעצן אויף די איינוואוינער און די פראווינציאלע געזעצן אין יעדע פראווינץ. אין די דריי טעריטאריעס איז די אר-סי-עם-פי די איינציגסטע פאליצייאישע כח ווייל עס איז קיינמאל נישט איינגעשטעלט געווארן א לאקאלע פאליצייאישע קראפט וואו עס איז פאראן אין אלע שטעט אין קאנאדע. די מאונטיס געפינען זיך איבעראל: אויף פליגער, באנען, אויטאס, שיפן, שניימאבילן, און נאך כדי נאכצוגיין ארגאניזירטע פארברעכן, קאמערציאלע און עקענאמישע פארברעכן, געלט שווינדלערייען, און די נייע תקופה פון קאמפיוטער און טעלעקאמיוניקאציעס פארברעכן, און היינט צו טאג אויך טעראריזם. צו ווערן אן אר-סי-עם-פי אפיציר מוז מען זיין א קאנאדער בירגער, 19 יאר אלט, און געזונט און שטארק. זיי גייען דורך א 6 מאנאטן טרענירונג און מוזן דינען 5 יאר.


היסטאריע

בעפאר דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אר-סי-עם-פי געווען א פאליצייאישע קראפט ווי געווענליכע פאליציי אגענטורן. נאך די קריג איז די אגענטור מאדרניזירט געווארן און אנגעהויבן טאן קאנטער-שפיאנאזש ארבעט. אין יענע יארן איז אויך געגרינדעט געווארן די עף-בי-איי אין די פאראייניגטע שטאטן. די אר-סי-עם-פי איז געווען שטארק אקטיוו אין די קאלטע קריג און האט געזאמעלט אסאך שפיאנאזש פון די קאמוניסטישע רוסלאנד ווען אין דער זעלבער צייט האט זי ווייטער געטאן אירע אינערליכע פליכטן אינלאנד. אין די 1960ער יארן איז די אגענטור געווארן שטארק אקטיוו אין קוויבעק ווי די סעפעטאריסטן האבן אנגעהויבן פארלאנגען זעלבסטשטענדיגקייט. די סעפעטעריסטן האבן געהאט טעראריסטישע גרופעס וועלכע האבן אפגעטאן טעראריסטישע אקטן ווי קינדעפינגס און מערדערייען אויף ליבעראלע אפישעלס. די אר-סי-עם-פי איז געווארן זייער אקטיוו אין קוויבעק און האט גאר סוקסעספול אויסגעראטן די גרופעס. אבער די אגענטור איז קריטיקירט געווארן אלס באהאנדלן זאכן צו ווילד ווי זיך איינברעכן אין הייזער א.ד.ג. די קאנאדער רעגירונג האט נישט געוואלט באשמוצן איר סעקיוריטי אגענטור'ס נאמען און האט דערפאר צוריק ציוויליזירט די אר-סי-עם-פי און אנשטאט געגרינדעט אין 68' די סי-עס-איי-עס, אלס קאנאדע'ס אינטעליגענץ אגענטור. נאך אלס איז די אר-סי-עם-פי פארמישט אין אויספארשונגן פארברעכן אקטן פון שפיאנאזש און טעראריזם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!