אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קול תורה (ישיבה)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 70: שורה 70:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:ישיבת קול תורה]]
[[he:ישיבת קול תורה]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 12:40, 24 אקטאבער 2023

בית המדרש, 2007

קול תורה איז א ליטווישע ישיבה וואס געפינט זיך אינעם בית וגן געגנט אין ירושלים, דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרב משה יהודה שלעזינגער, זון של הרב יחיאל מיכל, גרינדער פון דער ישיבה. די ישיבה האט א ישיבה גדולה, א ישיבה קטנה און א כולל.

היסטאריע פון דער ישיבה

די "קול תורה" ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים אין יאר ה'תרצ"ט (1939) דורך רבנים פון דייטשלאנד - הרב יחיאל מיכל שלעזינגער, פון האמבורג (ער איז פריער געווען א מורה הוראה און מגיד שיעור אין פראנקפורט) און הרב ברוך קונשטאט שטאטס רב און ראש ישיבה אין פולדא, פאר בחורים וואס זענען געקומען פון מערב אייראפע[1]. די ישיבה האט מען אויפגעשטעלט אין קאנסעקווענץ פון  "קריסטאל נאכט", פאר אימיגראנטן פון דייטשלאנד וואס זענען ארויף אין ארץ ישראל. די ישיבה איז אויפגעשטעלט אויפן דרך הלימוד פון די ישיבות אין ליטע. די ישיבה האט זיך געפירט אנדערש ווי די געוויינלעכע ליטווישע ישיבות מיט דעם וואס מען האט געזאגט די שיעורים אויף העברעאיש (און נישט יידיש) און אויך האט מען געמאכט סדרים צו לערנען תנ"ך.

די ישיבה האט באקומען איר נאמען פון רביצין מאַטל שלעזינגער, דעם ראש ישיבה'ס רביצין, וואס האט געזאגט דער "קול פון לערנען תורה פון איר מאן איז ביי איר זיסער ווי אלע גשמיותדיקע פארגעניגן וואס זי האט איבערגעלאזט אין דייטשלאנד".

די ערשטע רבנים פון דער ישיבה האבן איינגעשלאסן: הרב יונה מערצבאך רב פון דארמשטאט, הרב יוסף יהודה ריינער, פון אונגארן, און הרב חיים יוסף יעקובאוויטש[2] וואס איז געווען א מגיד שיעור אין דער פראנקפורטער ישיבה צוזאמען מיט הרב שלעזינגער, און איז ארויף אין ארץ ישראל אין יאר תרצ"ד[3]. אין דעם ערשטן יאר פון דער ישיבה האבן געלערנט דארט עטליכע 50 תלמידים[4].

אין תש"ט איז נפטר געווארן דע רראש ישיבה הרב שלעזינגער. מען האט דעמאלסט באשטימט אלס ראש ישיבה הרב שלמה זלמן אויערבאך, וואס איז געבליבן אין דעם אמט 46 שנה (צוזאמען מיט הרב ברוך קונשטאט און נאך אים זיין זון הרב אלחנן קונשטאט). אלס ראש ישיבה האט ער געזאגט שיעור פאר די צוויי עלצטע כיתות (1 און 2) און געגעבן א מאנאטלעכע בחינה פאר יעדער כיתה. ווען הרב אוירבאך איז נפטר געווערן אין ה'תשנ"ה (1995), איז געווארן נאך אים  ראש ישיבה א זון פונעם ערשטן ראש ישיבה, הרב משה יהודה שלעזינגער.

ישיבה געביידעס

אין אנהייב איז די ישיבה געווען אין א שול אין דעם משכנות פערטל לעבן דעם מחנה יהודה פערטל אין ירושלים. דערנאך איז די ישיבה אריבער צו שערי חסד, און דער אינטערנאט און עסצימער האבן געפינען זיך אין דער "בית סבא" געביידע אין המלך דזשארדזש גאס 47.

די ישיבה היינט

רבנים פון דער ישיבה, 2005 הרב ברוך שמואל דויטש (שני מימין)

ר"מים אין דער ישיבה

  • הרב ברוך שמואל דויטש - תלמיד פון הרב אלעזר מנחם מן שך
  • הרב בן ציון באראדיאנסקי - זון פון הרב אפרים באראדיאנסקי, ברודער פונעם משגיח הרב יצחק ירוחם באראדיאנסקי און איידעם פון הרב יחיאל מיכל שלעזינגער
  • הרב שלום פאווארסקי - זון הרב דוד פאווארסקי
  • הרב רפאל צבי וואלפין - איידעם פון ראש הישיבה הרב שלעזינגער
  • הרב אליעזר יחיאל קונשטאט, זון הרב אלחנן, ראש הישיבה לשעבר מוגדר רשמית כ"ראש ישיבה בסדר ב'".
  • הרב אברהם מאיר שטיינפעלד
  • הרב יצחק דב שעכטער
  • הרב שלמה שלעזינגער, זון פון ראש הישיבה
  • הרב ישעיה פארטנוי (תלמידי חו"ל)

געוועזענע תלמידים פון דער ישיבה

  • הרב אברהם יפה שלעזינגער, רב קהילת "מחזיקי הדת" אין גענף
  • הרב גבריאל יוסף לוי, ראש ישיבת באר התורה
  • הרב דן סגל, משגיח מפורסם
  • הרב יהודה עדס ראש ישיבת קול יעקב
  • הרב יהושע גרשון ערנבערג, ראש ישיבת כנסת יצחק (חדרה)
  • הרב יהושע נויווירט, מחבר פונעם ספר "שמירת שבת כהלכתה"
  • הרב יצחק רצאבי
  • הרב יצחק שלמה זילבערמאן, מייסד שיטת זילבערמאן
  • הרב ישראל מאיר לאו, געוועזענר הויפט רב פון מדינת ישראל און היינט שטאטס רב פון תל אביב
  • פרופ' מאיר בניהו
  • הרב משה אריה באמבערגער דער רב פון מעץ
  • הרב מאיר קעסלער, רבה של מודיעין עילית

ישיבה קטנה

די ישיבה קטנה איז פון די גרעסטע אין ירושלים, און ווערט געפירט דורכן משגיח הרב אביעזר שפירא, רב פונעם בית המדרש פון דעם דראהביטשער חסידות. דער שטאב פון דער ישיבה הקטנה שליסט איין הרב ישראל גאנס און הרב ברוך שפירא.

עטליכע מגידי שיעור אין דער ישיבה גדולה האבן אויך געזאגט שיעור אין דער ישיבה קטנה. אחוץ זיי זענען געווען מגידי שיעור אין דער ישיבה קטנה: הרב יוסף יהודה ריינער פון אונגערן, הרב משה קאפשיץ און הרב שלמה ברויער. הרב יחזקאל קארען איז געווען ראש ישיבה און הרב דוב זאב שטיינהויז איז געווען משגיח.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!