אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראנץ פערדינאנד"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 23: | שורה 23: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:פרנץ פרדיננד, ארכידוכס אוסטריה]] | [[he:פרנץ פרדיננד, ארכידוכס אוסטריה]] | ||
רעוויזיע פון 12:07, 24 אקטאבער 2023
ערצהערצאג פראנץ פערדינאנד פון (דייטשיש: Franz Ferdinand Carl Ludwig Joseph Maria von Österreich-Este) עסטרייך (18 דעצעמבער 1863 - 28 יולי 1914), איז געווען דער באשטימטער יורש פון זיין פעטער, דער קייזער פראנץ יאזעף. פערדינאנד איז געווען דער אימפעראטאר פון דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן דורך דעם פאנאטישן אנארכיסט גאברילא פרינציפ. די מארדונג פון פראנץ פערדינאנד איז געווען אייגענטליך די הויפט געשעעניש וואס האט געפירט צו דער אויסברעכונג פון דער ערשטער וועלט קריג.
לעבנס געשיכטע
פראנץ פערדינאנד איז געבוירן געווארן 18 דעצעמבער 1863 אין דער שטאט גראץ, וועלכע איז דעמאלטס געווען א טייל פון דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע, צום ערצהערצאג קארל לודוויג, דער יונגסטער ברודער פון קייזער פראנץ יאזעף, און צו מאריא אנונציאטא, פרינצעסין פון די צוויי סיציליען, די טאכטער פון פערנאנדא דער צווייטער, דער קעניג פון די צוויי סיציליען, און מאריא טערעזא, די ערצהערצאגין פון עסטרייך.
פראנץ פערדינאנד איז געווען דער פערטער קאנדידאט אין צאל פון דער ירושה דינאסטיע, אבער דער פריצייטיגער טויט פון זיין שוועסטער-קינד קרוין-פרינץ רודאלף אין יאר 1889, דער טויט פון זיין פאטער אין 1896 און די רעכטן-קינדיגונג פון זיין פעטער לודוויג וויקטאר, האבן געפירט צו דעם אז ער זאל ווערן באשטימט אלס דער עמטליכער יורש פון זיין פעטער דער קייזער פראנץ יאזעף.
אין יאר 1900 האט ער געהייראט די בעהמישע הערצאגין סאפיע חאטעק. און וויבאלד ס'איז געווען א מארגאנאטישע חתונה (הייראט צווישן מענטשן וואס זענען נישט פון דער זעלבער סאציעלער קלאס, און פון דעם זעלבן הינטערגרונט), די רעכט צו איבערנעמען דעם קייזער'ס טראן אין דער צוקונפט איז אויסגעקינדיגט געווארן פון זייערע קינדער.
אטענטאט
28סטן יוני 1914, דורך אן עמטליכן באזוך אין סאראיעווא, די הויפטשטאט פון באסניע און הערצעגאווינע, איז דער קאנוואוי אויטאמאבילן פונעם ערצהערצאג ארומגעפארן אין דער שטאט, ווען פראנץ מיט זיין ווייב זענען געזיצן אין א דאכלאזן אויטא, א סערבישער אנארכיסט געווארפן אין זייער ריכטונג א גראנאט, אבער דער גראנאט האט צופעליג באשעדיגט אן אנדערן אויטא, און דער קאנוואוי האט פארגעזעצט אין זיין פאר. נאך א קבלת פנים פאר אים וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין דעם ראטהויז, האט פראנץ פערדינאנד זיך גע'עקשנ'ט צו גיין און באזוכן די פארוואונדעטע מענטשן פון דער גראנאט אטאקע. זיין קאנוואוי איז ארויסגעפארן צום שפיטאל, און צוליב א פעלער פון איינעם דרייווער פונעם קאנוואוי, האט דער קאנוואוי זיך אוועקגעוואנדן פון דעם פלאנירטן מארשרוט און געפארן נעבן א קאווע שטיבל, אין וועלכן איז געזיצן דער מערדער גאבריעל פרינציפ, וועלכער האט נישט געוואלט פארפאסן די געלעגנהייט, ארויסגענומען א פיסטאלעט און דערשאסן דעם ערצהערצאג מיט זיין ווייב צום טויט. א קורצע צייט נאך דער געשעעניש וואס האט שטארק אויפגעטרייסלט און אויפגעברויזט די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע און איר פריינדין דייטשלאנד, איז די ערשטע וועלט קריג דערקלערט געווארן אלס א בייטראג.
קינדער
- סאפיע, פרינצעסין פון האהענבערג (1901–1990)
- מאקסימיליאן, הערצאג פון האהענבערג (1902–1962)
- ארנעסט, פרינץ פון האהענבערג (1904–1954)
- א זון וואס איז געשטארבן א קורצע צייט נאך זיין געבורט (1908)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!