אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאות"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:פאות]] | [[he:פאות]] | ||
רעוויזיע פון 11:32, 24 אקטאבער 2023
פיאות מיינט האר פון די צוויי זייטן געזיכט - העכער'ן אויער, וואס יודען טארן נישט אפשערן, צוליב די מצוה פון דער תורה; לא תקיפו פאת ראשכם, אז מען מוז איבערלאזן די האר. און יודישע חכמים האבן ערקלערט, אז דערמיט צייגט מען אז מ'איז א יוד, אנדערש ווי די אנדערע פעלקער וואס לאזן וואקסן א 'טשופרינע'.
היינט צוטאג איז א מנהג ביי א טייל יודן אז מען לאזט די פיאות הענגען גראד אדער געקרייזלט, אבער אלע יארן צוריק, פלעגט מען גיין ארויפגעדרייעט די לאקן, צו ארום די אויער, צו אויפ'ן אויער, צו אונטער'ן אויער. און צוליב די טעמע וואס שטייט אין קבלה, אז מ'זאל נישט לייגן די פיאות לאקן אויפ'ן אויער - ספציעל ביים דאווענען, איז דא וואס דרייען דאס ארונטער די קאפל, אדער קניפן דאס פאר זיך, אין די זייט פונעם אויער.
ס'דא וואס שניידן די פיאות ביז די קין באקן, און ס'דא וואס שניידן עס אינגאנצן אראפ, אבער בלויז מיט א שער-מאשין וואס איז ווארשיינליך מותר, און נישט מיט א גאל-מעסער וואס איז פארבאטן.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: פאות |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!