אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ז. י. אנוכי"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 16: | שורה 16: | ||
[[קאַטעגאָריע:דראמאטורגן]] | [[קאַטעגאָריע:דראמאטורגן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך שרייבערס]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך שרייבערס]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 16:04, 27 נאוועמבער 2022
ז. י. אנוכי (פסעוודאנים פון זלמן יצחק אַראָנסאָן; ליאַדי, 1878 – תל-אָביב, 15טן אקטאבער 1947) איז געווען אַ ייִדישער און אַ העברעיִשער פּראָזע-שרײַבער און דראַמאַטורג.
לעבנס-געשיכטע
זלמן יצחק אַראָנסאָן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ליאַד (דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון דער וויטעבסקער געגנט פון ווײַסרוסלאַנד) אין דער משפּחה פונעם אָרטיקן ראש-ישיבה ר' אברהם אַראָנסאָן. דער קומענדיקער שרײַבער האָט זיך געלערנט אין ישיבות פון טעלז און סלאַבאָדקע. ער האָט דעביוטירט מיט אַ דערציילונג אויף העברעיִש אין 1903. דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן ייִדיש, אַרויסגעגעבן צוויי זאַמלונגען פון דערציילונגען אין 1909 און 1910. אין 1922 – 1924 האָט ז.אנכי געוווינט אין דײַטשלאַנד און אַרגענטינע. אין 1924 איז ער עולה געווען קיין ארץ-ישראל און האָט געאַרבעט אינעם תל-אָביבער שטאָט-מוניציפּאַליטעט. אין ארץ ישראל האָט ער זיך אומגעקערט צו שאַפונג אויף העברעיִש. צווישן אַנדערס האָט ער איבערגעזעצט אין העברעיִש פון ייִדיש זײַנע פריִערדיקע ווערק. אין 1945 איז דערשינען זײַן העברעישע דערציילונגען-זאַמלונג "בין שמים וארץ". די הויפּט-טעמע פון ז. אנוכיס שאַפונג איז געווען דאָס לעבן פון ייִדן אין מזרח-אייראָפּע.
וועב-לינקען
- וועגן ז.אנכי אינעם לעקסיקאָן פון דער נײַער העברעיִשער ליטעראַטור (אויף העברעיִש)
- וועגן ז.אנכי אין דער עלעקטראָנישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע (אויף רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!