אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גרענד דזשורי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 33: שורה 33:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:חבר מושבעים גדול]]
[[he:חבר מושבעים גדול]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 06:42, 24 אקטאבער 2023

א גרענד דזשורי איז א דזשורי וואס ווערט ערוועלט פאר קאמפליצירטע און פארלענגערטע משפטים און פעדעראלע און לאקאלע אויספארשונגן. א גרענד דזשורי דינט אין א משפט קעגן א גרויסע פירמע אדער א גרעסערע אויספארשונג וועלכע די רעגירונג האט אונטערגענומען.


אויסוואל און פונקציעס

א גרענד דזשורי ווערט אויסגעקליבן על פי גורל און ווערן קוואליפיצירט און איינגעשוואוירן דורך דער ריכטער פון דעם משפט וועלכע וועט דאס אויסהערן. דער ערשטער חילוק פון א גרענד און טרייעל דזשורי איז, אז א טרייעל דזשורי דינט געווענליך צווישן עטליכע שטונדן ביז עטליכע טעג נאכאנאנד אבער א גרענד דזשורי איז איינגעשטעלט צו דינען פאר א לענגערע טערמין אין פעלער וואס מען ווייסט אז דער משפט וועט זיך שלעפן פאר לאנגע מאנאטן. אין פעדעראלע געריכטן איז די מאקסימום וואס א גרענד דזשורי קען דינען 18 מאנאטן אבער אין די סטעיט געריכטן קען דאס גיין ביז א מאקסימום פון 36 מאנאטן.

א גרענד דזשורי דינט נישט איין טאג נאך די אנדערע נאר וועט ערשיינען אין געריכט ווען עס איז פאראן א סעסיע וועלכע איז געווענליך איינס אדער צוויי מאל א וואך און טיילמאל נאר איינס אדער צוויי מאל א מאנאט. די גרענד דזשורי קען אהיימגיין צווישן איין סעסיע און די צווייטע און איז פארבאטן צו רעדן צו מענטשן וועגן די משפט. דאס געריכט פאלגט נאך די גרענד דזשורי און אויב זיי פארפעלן איינצוהאלטן זייערע צוזאגן ווערן זיי באשטראפט און ארויסגעווארפן.

נאך א גרויסער נפקא מינא צווישן א טרייעל דזשורי און א גרענד דזשורי איז די וועג וויאזוי זיי גיבן ארויס זייערע באשלוסן. א טרייעל דזשורי זאגט אויב דער אנגעקלאגטער איז שולדיג אדער נישט און א גרענד דזשורי זאגט נאר אויב איינער דארף באשולדיגט ווערן אין אזא פאל און דער ריכטער באשטעטיגט שוין ווער עס זאל זיין שולדיג און די שטראף וועלכע ער וועט באקומען.

א גרענד דזשורי ווערט זייער גוט באהאוונט מיט די משפט וועלכע זיי האלטן מיט און טיילמאל ווערן זיי באשולדיגט צו זיין איינזייטיג צו איין צד נאכדעם וואס זיי הערן זיך אן פון די גאס און די מידיא איבער דעם משפט. אין אזא פאל וועט די קעגנזייטיגע צד אריינגעבן א פארלאנג צום ריכטער ער זאל אויפלעזן די דזשורי און שאפן א נייע אבער א ריכטער וועט דאס זעלטן טאן ווייל דאס געזעץ זאגט אז אויב א מענט איז אומשולדיג דארף ער קענען אויפווייזן זיין אומשולד אפילו אויב די דזשורי איז מעגליך איינזייטיג.

ווי געזאגט איז אבער פאראן אן אויסנאם און געלונגענע אדוואקאטן קענען אלעס באווייזן. עס זענען שוין געווען עטליכע פארברעכער און פירמעס וועלכע האבן זיך ארויסגעדרייט פון הארבע שטראפן נאר צוליב וואס מען האט אויפגעלעזט די גרענד דזשורי און מען האט אויפגענומען א נייע וועלכע האבן נאך נישט געוואוסט צופיל וועגן די משפט.

וויבאלד א גרענד דזשורי איז א גרעסערע אונטערנעמונג ווערט זי אויפגענומען אין גרופעס פון 24 מענטשן אבער עס איז פאראן אויסנאם פעלער ווען עס איז נאר פאראן 12 מיטגלידער. טראץ וואס מען נעמט אויף 24 מענטשן ווערן אבער נאר איינגעשוואוירן צווישן 12 און 23 מענטשן און דאס איז לויט וויאזוי דער ריכטער באשליסט. די אנדערע האלטן מיט דעם משפט כדי צו זיין אינפארמירט אין פאל איינער פון די איינגעשוואוירענע וועט אויפגעזאגט ווערן אדער וועט נישט קענען ערשיינען צוליב א סיבה.

א גרענד דזשורי ווערט געוויזן אינפארמאציע וועלכע מען וואלט נישט געוויזן פאר א טרייעל דזשורי און וויבאלד טייל אינפארמאציע קענען זיין זייער סענסיטיוו ווערן זיי איינגעשוואוירן נישט צו זאגן פאר קיינעם קיין איין ווארט און זייער אינדענטיטעט ווערט באהאלטן פון די פובליק. א גרענד דזשורי דינט אויך אין געריכטליכע סעסיעס וועלכע די פובליק ווייסט אפילו נישט אז איז פאראן א סעסיע איבער דעם און זיי זענען די וואס באשליסן וואספארא שריט די אויטאריטעטן זאלן אונטערנעמען אויסצוראטן קארופציע און פארברעכן.

דער ריכטער וועלט געווענליך אויס א פארגייער און אמאל וועלן די דזשוריסטן זיך אליינס אויסוועלן א פארגייער וועלכער וועט פארליינען און איבערגעבן אינפארמאציע וועלכע זענען באשלאסן געווארן דורך די גרענד דזשורי. ווי געזאגט גיט נישט א גרענד דזשורי ארויס קיין אורטייל אויף אן אנגעקלאגטן זעלבסט נאר ליבערשט אויב עס איז פאראן א שולדיגער אדער נישט. אויב זיי באלשיסן אז עס איז פאראן שולידיגע וועלן זיי צוריקשיקן די אנקלאגע צום ריכטער און דער ריכטער וועט שוין טאן דאס איבריגע. אויב זיי באשליסן אויף ניין וועלן זיי פארהאלטן די אנקלאגע און עס וועט ארויסגעווארפן ווערן.

עס איז אויך פאראן אזא זאך ווי אן אנטלויפנדיגע דזשורי וואס מיינט אז די דזשורי האקט אפ מיט די פראקורארן און זאמעלט אייגענע אינפארמאציע און נוצט זייערע אייגענע טעכניקן דאס צו באטראכטן. דער ריכטער ווארפט נישט אזוי שנעל ארויס א גרענד דזשורי נאר וועט פרובירן מיט פארשידענע מיטלן וויאזוי צוריק אריינצוברענגן די פראקורארן אין דעם משפט.

דער פליכט און פראצעדור פון א גרענד דזשורי ווערט דערמאנט אין די פינפטע אמענדמענט אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע און איז איינגעשטעלט געווארן לויט די אנווייזונגן פון די בריטישע געריכט סיסטעם וועלכע איז באקאנט אלס די קאמען לאו. די פעדעראלע געריכט און די סטעיט געריכטן האבן זיך במשך די יארן איינגעשטעלט רעפארמען אינעם פראצעדור וויאזוי און ווען זיי נוצן א גרענד דזשורי.


זע אויך

דזשורי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!