אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כענטשין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע: שטעטל אין פוילן)
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
שורה 44: שורה 44:


[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]]
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:חנטשין]]
[[he:חנטשין]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 19:53, 10 פעברואר 2024

כענטשין
Chęciny
POL Chęciny COA old.svg
Chęciny synagoga.jpg
א שול אין כענטשין
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 50°48′N 20°28′E / 50.800°N 20.467°E / 50.800; 20.467 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט שווענשטאקזשיציע
בירגערמייסטער ראבערט יאווארסקי
שטח 14.12 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

4,304‏  (שטייענדיג 2012)
300 באוואוינער א ק"מ2
www.checiny.pl

כענטשין (פּויליש: Chęciny; רוסיש: Хенцины) איז א שטעטל אין דרום־מזרח פוילן מיט 4,304 איינוואוינער (2012). עס געפינט זיך אין דער שווענשטאקזשיצער וואיעוואדעשאפט (זייט 1999). פונעם 15טן יארהונדערט ביז 1795 איז עס געווען אין דער צויזמירער וואיעוואדעשאפט פון קליינפוילן. פון 1867 איז די שטאט געווען אין דער קעלצער גובערניע.

רבי חיים שמואל שטערנפעלד, אן אוראייניקל פונעם חוזה פון לובלין, האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין כענטשין.

היסטאריע

דאס שטעטל ווערט דערמאנט אין דאקומענטן פון 1275, און האט באקומען שטאט רעכטן אין 1325. אינעם 16טן יארהונדערט איז כענטשין געווען א צענטער פון מינעריי און האנדל, און זיין מארמארשטיין איז געווען בארימט איבער גאנץ פוילן־ליטע. אויך איז כענטשין געווען א צענטער פון דער פראטעסטאנטישער רעפארמאציע.

די אידישע קהילה פון כענטשין איז גאר אלט; מען האט געבויט די ערשטע שול אין 1638.

אין די תר"ם יארן איז דער שטאטס רב געווען הרב נתן מאיר פיש. נאך אים איז געווארן רב רבי יהושע העשיל הורוויץ, א זון פונעם כענטשינער רבי'ן רבי חיים שמואל.

אין דעם 19טן יארהונדערט זענען אידן געווען 70% פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט. אין 1897 האט די אידישע באפעלקערונג פון כענטשין געציילט 4,361 נפשות. אבער עס האבן פאסירט א סך שריפות, און אין 1921 איז די צאל אידן געווען נאר 2,825 מענטשן, 51% פון דעם שטעטלס באפעלקערונג.[1]

מצבות אינעם כענטשינער בית עולם

די דייטשן האבן אקופירט דאס שטעטל אין 1939 און געענדיגט מאכן א געטא פאר די אידן אין די דריי וואכן, תש"א. מ'האט געברענגט נאך און נאך אידן אין דער געטא ביז אין דעצעמבער האבן געוואוינט דארט 4,000 אידן. דאן האבן זיי פארטיליקט אלע אידן אונטערוועגס אדער אין טרעבלינקע טויט לאגער.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. "כענטשין", אויף "JewishGen" (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!