אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלכסנדר ביידער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע: יידיש־רוסישער לינגוויסט)
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|6]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|06]]")
שורה 57: שורה 57:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|6]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|06]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|6]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|06]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 19:12, 20 דעצעמבער 2023

 

אלכסנדר ביידער
פעלדער לינגוויסטיק
אָנאָמאַסטיק
וואוינארט פּאַריז

אלכסנדר ביידער (פראַנצויזיש: Alexandre Beider, ענגליש: Alexander Beider, רוסיש: Александр Бейдер) ‏ (1963, מאָסקווע) איז אַ פראנצויזישער לינגוויסט, ספּעציאַליסט אין דער יידישער אָנאָמאַסטיק און מאַטעמאַטיקער, מחבר פון אַ ריי ווערטערביכער איבער אשכנזישע נעמען.

ביאָגראַפיע

ביידער איז געבאָרן געוואָרן אין מאָסקווע אין אַ יידישער משפּחה פון אוקראַאינע. אין יאָר 1986 האָט ער אָפּגעפאַרטיקט זיין שטודיע אין דעם מאָסקווער אינסטיטוט פאַר פיזיק און טעכנאָלאָגיע. דאָרטן האָט ער שפּעטער געמאַכט זיין דיסערטאַציע אין אָנגעווענדטער מאַטעמאַטיק, פאַר וועלכער ער האָט באַקומען דעם גראַד פון קאַנדידאַט פון טעכנישע וויסנשאַפטן אין 1989.[1][2]

זייענדיק נאָך אין רוסלאַנד האָט ער זיך פאַראינטערעסירט אין דער יידישער אָנאָמאַסטיק, און דאָס איז געוואָרן זיין עיקרדיקע וויסנשאַפטליכע פאַך נאָך זיין אַריבערפאָרן אין 1990 קיין פראַנקרייך.

זינט 1993 האָט ביידער פאַרעפנטליכט עטליכע ווערטערביכער פון אשכנזישע פאַמיליען־ און פּרט־נעמען.[1][3] באַזירט אויף דעם מאַטעריאַל האָט ער אין 1999 פאַרטיידיקט זיין דיסערטאַציע "פּרט־נעמען פון אשכנזישע אידן: געשיכטע און מיגראַציעס (19-11טן י"ה) ("Les prénoms des juifs ashkénazes : histoire et migrations (11ème-19ème siècles)") אין דער פּאַריזער "פּראַקטישער שולע פון הויכע פאָרשונגען" (École pratique des hautes études).[4]

ביידערס פאָרשונג אין דעם געביט פון יידישע נעמען איז געוואָרן די הויפּט־סיבה פאַר זיין אינטערעס אויך אין לינגוויסטיק. נאָך אַ ריי אַרטיקלען וועגן היסטאָרישער פאָנעטיק פון דער יידישער שפּראַך[3][5][6][7] האָט ביידער אין 2015 צוזאַמענגעפאַסט זיין גרויס אַרבעט אין דעם בוך "יסודות פון די יידישע דיאַלעקטן" ("Origins of Yiddish Dialects").[8]

צוזאַמען מיט סטיווען מאָרזע האָט ביידער אַנטוויקלט דעם אַלגאָריטם פון אַזוי גערופענעם ביידער־מאָרזעס פאָנעטישער אַנטשפּרעכונג, וואָס דערמעגליכט אַן אויטאָמאַטיזירטע פאַרגלייכונג פון נעמען (אַנאַלאָגיש צו Soundex).[9]

ביידער וואוינט צוזאַמען מיט זיין ווייב און צוויי טעכטער אין אַ פאַריזער הינטערשטאָט. זיין הויפּט־פּרנסה האָט צו טאָן מיט ניט־וויסנשאַפטליכער טעטיקייט און אונטערשרייבן שרייבט ער אונטער זיינע חיבורים אַלס אַ ניט־אַפיליאירטער פאָרשער.

ביכער

  • A Dictionary of Jewish Surnames from the Russian Empire (1993, Revised 2008)
  • Jewish Surnames in Prague (15th–18th Centuries) (1994)
  • A Dictionary of Jewish Surnames from the Kingdom of Poland (1996)
  • A Dictionary of Ashenazic Given Names (2001)
  • A Dictionary of Jewish Surnames from Galicia (2004)
  • Handbook of Ashkenazic Given Names and Their Variants (2009)
  • Origins of Yiddish Dialects (2015)

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 Avotaynu (2001) [Notes from the publisher] in Alexander Beider, A Dictionary of Ashkenazic Given Names, Avotaynu
  2. "Статистический анализ ДН ФАР ..." на сайте Российской Государственной Библиотеке
  3. 3.0 3.1 Beider A (2001) A Dictionary of Ashkenazic Given Names, Avotaynu, 682 pp
  4. Beider A (2000) Les prénoms des juifs ashkénazes : histoire et migrations (11e-19e siècles) [note critique]. L'Annuaire de l'École pratique des hautes études, section des sciences religieuses 108: 471-475
  5. Beider A (2010) Yiddish proto-vowels and German dialects. Journal of Germanic Linguistics 22: 23–92
  6. Beider A (2014) Romance elements in Yiddish. Revue des Études Juives 173: 41–96
  7. Beider A (2014) Unity of the German component of Yiddish: myth or reality? International Journal of the Sociology of Language 226: 101–136
  8. Beider A (2915) Origins of Yiddish Dialects, Oxford University Press, 648 pp.
  9. Beider A, Morse SP (2008) Beider-Morse phonetic matching: an alternative to Soundex with fewer false hits. Avotaynu: The International Review of Jewish Genealogy 24 (2): 12–18

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!