אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת סוכה"

3,945 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
פארברייטערט
(פארברייטערט)
(פארברייטערט)
שורה 10: שורה 10:

[[רבי מנחם המאירי]] דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים זענען אויסגעשטעלט לויט זייער צייט אין יאר אנגעהויבן פון [[ראש השנה]], און מסכת סוכה איז אלזא צווישן מסכת יומא און [[מסכת פסחים]]{{הערה|בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת סוכה}}.
[[רבי מנחם המאירי]] דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים זענען אויסגעשטעלט לויט זייער צייט אין יאר אנגעהויבן פון [[ראש השנה]], און מסכת סוכה איז אלזא צווישן מסכת יומא און [[מסכת פסחים]]{{הערה|בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת סוכה}}.
==פרקים און אינהאלט==
מסכת סוכה פארמאגט פינף פרקים:

'''סוכה''' – דער פרק באהאנדלט דאס געבוי פון די סוכה, אריינגערעכנט די הלכות פון [[סכך]]. עס ווערט דערביי באטאנט אז אויך ווען די סוכה איז ריכטיג אויפגעשטעלט קען עס זיין פסול, אויב האט מען עס נישט געמאכט מיט די נויטיגע כוונה. דער פרק פארמאגט עלף משניות{{הערה|דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין [[דפוס ראם]], ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.}}.

'''ישן תחת המטה''' – דער פרק באהאנדלט די מצוה פון ישיבת סוכה, [[עסן אין סוכה|עסן]] און [[שלאפן אין סוכה|שלאפן]] אין סוכה. עס ווערט דערביי אויסגעשמועסט ווער עס איז פטור, און פעלער אין וועלכע מען איז נישט יוצא די מצוה אויך וויילנדיג אין א כשר'ע סוכה. דרך אגב ווערן נאך צוגעענדיגט עטליכע הלכות איבער דאס געבוי פון די סוכה: וועלכע סארט ווענט זענען כשר, וויאזוי די סכך קען זיין ארויפגעשטעלט, און אויף וועלכן ארט די סוכה קען ווערן פלאצירט. דער פרק פארמאגט 9 משניות.

'''לולב הגזול''' – דער פרק געבט זיך אפ מיט די הלכות פון די ארבעה מינים - [[לולב]], [[הדס]], [[ערבה]] און [[אתרוג]]: ווען זיי זענען פסול, וויפיל צו נעמען פון יעדן מין, און וויאזוי זיי צו בינדן. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די הלכות פון די [[נענועים]] ביי [[הלל (דאווענען)|הלל]], וואס צו טון ווען מען האט נישט געהאט די מינים ביי הלל, און דרך אגב עטליכע דינים פון הלל אין אלגעמיין. דערנאך ווערט דערמאנט וויאזוי צו קויפן די מינים אין [[שמיטה]], וועלכע טעג די מצוה גייט אן, און וואס איז ווען עס געפאלט אין שבת.  עס פירט אויס מיט דער שיעור פון ווען א קטן דארף אויספירן די מצוה. דער פרק פארמאגט פופצן משניות.

'''לולב וערבה''' – דער פרק שליסט די טעמע פון נטילת לולב אין שבת. דערנאך ווערן אויסגעשמועסט די באזונדערע מצוות פון דעם יום טוב וועלכע זענען אנגעגאנגען אין [[בית המקדש]]: [[הושענא|הקפת מזבח]] און [[ניסוך המים]]. דרך אגב ווערט דערמאנט אין וועלכע טעג עס זענען פארהאן די חיובים פון הלל און [[שלמי שמחה]]. דער פרק פארמאגט צען משניות.

'''החליל''' – דער פרק שילדערט דעם [[שמחת בית השואבה]]. דרך אגב ווערט דערמאנט וויפיל מאל מען האט געבלאזן אין בית המקדש אין פארשידענע טעג דורכאויס דעם יאר. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיטן צאל פון די קרבנות פון יום טוב און וויאזוי זיי זענען געווארן אויסגעטיילט צווישן די [[משמרות כהונה|משמרות]], שליסנדיג מיט פארשידענע הלכות פון די משמרות אין אלגעמיין. דער פרק פארמאגט אכט משניות.