אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת ראש השנה"

3,035 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
(←‏ארט אין סדר מועד: פארברייטערט)
(←‏פרקים און אינהאלט: פארברייטערט)
שורה 11: שורה 11:


==פרקים און אינהאלט==
==פרקים און אינהאלט==
מסכת ראש השנה פארמאגט פיר פרקים:
<ol style="list-style-type: hebrew;">
<li>'''ארבעה ראשי שנים''' – דער פרק באהאנדלט די טעג וועלכע ווערן באטראכט די אנהייב פון יאר פאר פארשידענע ענינים, ווי אויך די באשטימטע צייטן פון משפט אין [[בית דין של מעלה]]. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די צייטן ווען מען שיקט שלוחים צו מעלדן ווען [[ראש חודש]] איז באשטימט געווארן, און די צייטן ווען די וועלכע האבן געזען די לבנה מעגן מחלל שבת זיין צו קומען עדות זאגן. דרך אגב ווערן אויסגעשמועסט וועלכע מענטשן זענען פסול צו אזא עדות. דער פרק פארמאגט 9 משניות{{הערה|דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין [[דפוס ראם]], ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.}}.</li>
<li>'''אם אינן מכירין''' – דער פרק באהאנדלט די הלכות פון אננעמען די עדות פאר קידוש החודש: וועמען מען נעמט אן, וויאזוי מען פרעגט זיי אויס, וואו זיי קענען גיין דערנאך אויב זענען זיי אנגעקומען אום שבת. דרך אגב ווערט אויסגעשמועסט וויאזוי מען פלעגט אמאל מעלדן ווען ראש חודש איז באשטימט געווארן, און פארוואס עס האט זיך געטוישט. דער פרק פארמאגט 9 משניות.</li>
<li>'''ראוהו בית דין''' – דער פרק פירט אויס וויאזוי מען איז מקדש דעם חודש, נאכדעם וואס מען אנגענומען די עדות. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די הלכות פון [[שופר]] אין ראש השנה און אנדערע טעג ווען [[תקיעת שופר]] גייט אן (ווי [[תענית|תעניות ציבור]] און [[יובל]]). דער פרק פארמאגט אכט משניות.</li>
<li>'''יום טוב''' – דער פרק הייבט אן מיט די הלכות פון תקיעת שופר אום שבת, און דרך אגב נאך עטליכע תקנות וואס [[רבן יוחנן בן זכאי]] האט איינגעפירט נאך [[חורבן בית המקדש]]. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט דער סדר פון די תפילות און ברכות פון ראש השנה, איבערהויפט די פסוקים פון [[מלכויות זכרונות שופרות]] וואס דער שופר ווערט געבלאזן נאך זיי. עס פירט אויס די הלכות פון תקיעת שופר, שליסנדיג מיט דער סדר פון די תקיעות זעלבסט. דער פרק פארמאגט 9 משניות.</li>
</ol>


==תלמוד בבלי==
==תלמוד בבלי==