אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דינסטאג"
ק (←אין אלגעמיינע קולטורן: אויסשטעל) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:דינסטאג צו דינסטאג אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 23:48, 11 סעפטעמבער 2023
דינסטאג איז דער דריטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.
אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער צווייטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; דינסטאג איז אלזא דער פערטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג דריי".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער דריטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט מאדים[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון מארס" (לאטייניש: dies Martis).
מאדים איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט Tiw, זייער אפגאט פון מלחמה און געזעץ. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן. אויך "דינסטאג" נעמט זיך ווארשיינליך פון Thinxus, איינע פון די נעמען פון דעם מלחמה-אפגאט. לויט אן אנדערע נעמט זיך עס פון די גערמאנישע "דינג" (ענ'), א געזעץ קאונסיל[2].
אין אידישקייט
ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג איינגעזאמלט די וואסערן אין ימ'ען צו אנטפלעקן די יבשה, און באשאפן די געוויקסן:
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל-מָקוֹם אֶחָד, וְתֵרָאֶה, הַיַּבָּשָׁה; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ, וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תַּדְשֵׁא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, עֵץ פְּרִי עֹשֶׂה פְּרִי לְמִינוֹ, אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן. וַתּוֹצֵא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, לְמִינֵהוּ, וְעֵץ עֹשֶׂה-פְּרִי אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שְׁלִישִׁי.
דאס איז די איינציגסטע טאג וואו עס שטייט צוויי מאל "כי טוב", איינמאל פאר די ווערק פון די וואסערן און איינמאל איבער די געוויקסן[3]. דער טאג ווערט צומאל אנגערופן "יום שנכפל בו כי טוב", אלס אנדייטונג פאר א גוטן מזל. טייל פרובירן צו באשטימען א חתונה אין דינסטאג, צוליב דעם גוטן מזל[4]. לויט געוויסע מקורות, איז ראטזאם פאר א רייזנדער ארויסצוגיין אין וועג אום דינסטאג[5].
בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל אלקים נצב בעדת א-ל[6], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אויפגעדעקט די ערד אויף וועלכע זיין געמיינדע זאל קענען שטיין[7]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[8].
די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די מדבריות, אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק[9].
דינסטאג איז קעגן יעקב אבינו[10], און קעגן לאה[11].
די ערשטע דריי טעג אין וואך, ביז נאך דינסטאג, ווערן פאררעכנט צום פארגאנגענעם שבת בנוגע צו עטליכע הלכות: ווען איינער לאזט שרייבן א גט וואס מען זאל איבערגעבן אויב ער וועט נישט אנקומען ביז נאך שבת, ווארט מען אויף נאך דינסטאג[12]; ווען מען האט נישט געמאכט הבדלה אין מוצאי שבת, קען מען נאך מאכן ביז נאך דינסטאג[13]; לויט טייל, איז דער צייט פון שנים מקרא ואחד תרגום ביז נאך דינסטאג[14].
לויט רבי חנינא סגן הכהנים זעט מען נישט קיין נגעי בתים אין דינסטאג, כדי עס זאל נישט אויסקומען א שפעטערדיגע ראיה אום שבת[15].
אין אלגעמיינע קולטורן
אין די גריכישע קולטור, ווערט דינסטאג באטראכט אלס א טאג מיט שלעכטע מזל, ווייל קאנסטאנטינאפאל איז געפאלן אין דעם טאג[16]. די זעלבע איז אויך ריכטיג אין די שפאניש-רעדנדע וועלט, וואו עס נעמט זיך ווארשיינליך פון די אסאסיאציע צווישן דינסטאג און מאדים, דער שטערן פון מלחמה און טויט[17].
פרעזידענט-וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן ווערן אלעמאל אפגעהאלטן אין די ערשטע דינסטאג וואס איז נאך נאוועמבער 1. דאס איז איינגעפירט געווארן אין 19טער י"ה, כדי די בירגער - א גרויס טייל פון וועלכע האבן גערוט אין זונטאג - זאלן האבן א טאג צייט צו פארן פון זייערע דערפער צו די וואלן לאקאציעס. אויך איז איינגעפירט דער סופער טוסדעי, ווען די פריימעריס פון די פאליטישע פארטייען קומען פאר אין עטליכע שטאטן אויפאמאל.
דינסטאג איז אויך דער אנגענומענער טאג ווען ארויסצוגעבן ווידעא שפילן[18] און מוזיק סידיס[19]. אלבומען פלעגן אויך ארויסגעגעבן ווערן דינסטאג, אבער אין 2015 איז עס אלוועלטליך געטוישט געווארן צו פרייטאג[20].
אין מדינת ישראל, איז דער דאטום פאר די בחירות צום כנסת באשטימט אלס דער דריטער אדער ערשטער דינסטאג פון חודש חשון. אויך ווען די בחירות ווערן געפעדערט, איז איינגעפירט זיי צו באשטימען אין א דינסטאג.
אין אויסטראליע, טוט דער פירערשאפט פונעם רעזערוו באנק אפהאלטן אן אסיפה אין די ערשטע דינסטאג פון יעדע מאנאט חוץ יאנואר[21]. דער פעדעראלער רעגירונג שטעלט ארויס דעם בודזשעט אינעם צווייטן דינסטאג פון מאי, לויט ווי איינגעפירט זינט 1994[22].
לויט סטאטיסטיקס פון האלאנד און פון די פאראייניגטע שטאטן, ווערן מער קינדער געבוירן אין דינסטאג ווי אין אנדערע טעג פון וואך[23][24].
לויט א פארשונג אויסגעפירט אין קאנאדע, זענען ארבייטער מער פראדוקטיוו אין דינסטאג ווי אין אנדערע טעג פון וואך[25].
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
- ↑ זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
- ↑ "Tuesday". Online Etymology Dictionary.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ד', פסקה ו'
- ↑ רבי ישעיה גאלד, חזון ישעיה - נישואין, ברוקלין תשמ"ח, עמ' קל"ג; רבי יוחנן סופר, אפריון חתנים, סימן ג', ירושלים תשס"ב, עמ' ט'.
- ↑ רבי אליעזר פאפו, חסד לאלפים, סימן ק"י, אות ה', ירושלים תשמ"ה, עמ' קס"ד; רבי יעקב חיים סופר, כף החיים, אורח חיים, סימן ק"י, ס"ק ל', ירושלים תרס"ה, דף מ"ט, טור ג'.
- ↑ משנה, תמיד ז, ד
- ↑ ראש השנה לא, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן קל"ג
- ↑ תענית כז, ב
- ↑ תוספת זוהר, שמות דף רע"ז
- ↑ אגדת בראשית, פרק נ"ב
- ↑ גיטין עז, א
- ↑ פסחים קו, א
- ↑ כל בו, סימן ל"ז
- ↑ משנה, נגעים א, ד
- ↑ "The fall of Constantinople" (23 December 1999).
- ↑ MARTÍNEZ, HELENA (2008-05-13). "Reportaje | Marte cena con los apóstoles" (אויף es), El País.
- ↑ "The Weird Reason Why Video Games Are Released On Tuesdays", Business Insider.
- ↑ "Why Albums Are Released On Tuesdays In The U.S." (אויף en), NPR.org.
- ↑ "Industry Sets Friday as Global Record Release Day" (אויף en), Billboard.com.
- ↑ "Reserve Bank Board".
- ↑ "ParlInfo - APPROPRIATION BILL (No. 1) 1994-95 : Second Reading". parlinfo.aph.gov.au (in American English). Retrieved 2018-02-03.
- ↑ "Most babies born in the middle of the week".
- ↑ Births: Final Data for 2009
- ↑ Tuesdays best for workplace productivity
טעג פון דער וואך | |
---|---|
|