אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאנטאג"
(המשך (מער הרחבה בהמשך בעז"ה)) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די [[ים|ימים]], אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}. | די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די [[ים|ימים]], אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}. | ||
אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]], [[לא אד"ו ראש#לא בד"ו פסח|קען זיך פסח נישט אנהייבן]] אין א מאנטאג, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און [[ראש השנה]] וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין מיטוואך{{הערה|{{היברובוקס|רב יהודאי גאון|הלכות פסוקות|31930|הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א|עמוד=215}}}} | אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]], [[לא אד"ו ראש#לא בד"ו פסח|קען זיך פסח נישט אנהייבן]] אין א מאנטאג, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און [[ראש השנה]] וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין מיטוואך{{הערה|{{היברובוקס|רב יהודאי גאון|הלכות פסוקות|31930|הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א|עמוד=215}}}}. | ||
==אין אלגעמיינע קולטורן== | |||
==רעפערענצן== | |||
{{רעפערענצן}} | |||
{{טעג פון דער וואך}} | |||
[[קאַטעגאָריע:טעג]] | |||
[[:קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[HE:יום שני]] |
רעוויזיע פון 07:54, 7 סעפטעמבער 2023
מאנטאג איז דער צווייטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.
דער טאג הייבט אן דער וואך פון ארבעט אין דער מערב וועלט, וואו זונטאג איז א רוה טאג. אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס דעריבער פאררעכנט אלס דער ערשטער טאג פון וואך, נאכפאלגנדיג דעם וויקענד.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; מאנטאג איז אלזא דער דריטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג צוויי".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער צווייטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט די לבנה[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון לבנה" (לאטייניש: dies Lunae). דער נאמען האט זיך פארשפרייט לענגאויס די אימפעריע און געווארן אדאפטירט דורך די פארשידענע גערמאנישע שבטים, וועלכע האבן גערופן דעם טאג 'מאָן-טאג' אויף זייער שפראך.
אין אידישקייט
ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די רקיע און אפגעטיילט צווישן די וואסערן:
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם, וִיהִי מַבְדִּיל, בֵּין מַיִם לָמָיִם. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים, אֶת-הָרָקִיעַ, וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ, וּבֵין הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לָרָקִיעַ, שָׁמָיִם; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שֵׁנִי.
בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל גדול ה' ומהולל מאוד[2], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אפגעטיילט צווישן זיינע ווערק און געשטעלט טייל פון זיי העכער ווי אנדערע[3]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[4].
די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די ימים, אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק[5].
אין דער באשטימטער אידישער לוח, קען זיך פסח נישט אנהייבן אין א מאנטאג, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און ראש השנה וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין מיטוואך[6].
אין אלגעמיינע קולטורן
רעפערענצן
- ↑ זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
- ↑ משנה, תמיד ז, ד
- ↑ ראש השנה לא, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן קל"ג
- ↑ תענית כז, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רב יהודאי גאון, הלכות פסוקות, הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א
טעג פון דער וואך | |
---|---|
|