אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאנטאג"
(אנהייב) |
(המשך) |
||
שורה 4: | שורה 4: | ||
אין דער [[פערסישער קאלענדאר]] ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג [[0 (נומער)|0]]; מאנטאג איז אלזא דער דריטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג צוויי". | אין דער [[פערסישער קאלענדאר]] ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג [[0 (נומער)|0]]; מאנטאג איז אלזא דער דריטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג צוויי". | ||
==נאמען== | |||
לויט די [[אסטראלאגיע]] פון די "שבעה [[פלאנעט|כוכבי לכת]]", ([[סאטורן|שבתאי]], [[יופיטער|צדק]], [[מאדים]], [[זון|חמה]], [[ווענוס|נוגה]], [[מערקור|כוכב]], [[לבנה]]), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער [[1'טער יארהונדערט|ערשטער]] און [[2'טער יארהונדערט|צווייטער יארהונדערט]] איז געווארן פארשפרייט אין [[רוימישע אימפעריע|רוים]] דער פירונג, פון [[אוראלט גריכנלאנד|העלענישע]] און [[עגיפטן|עגיפטישע]] ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער צווייטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט די [[לבנה]]{{הערה|זעט אויך {{בבלי|ברכות|נט|ב}} און רש"י דיבור המתחיל שבתאי}}, איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון לבנה" ([[לאטייניש]]: dies Lunae). דער נאמען האט זיך פארשפרייט לענגאויס די אימפעריע און געווארן אדאפטירט דורך די פארשידענע גערמאנישע שבטים, וועלכע האבן גערופן דעם טאג '{{טערמין|מאָן|לבנה|wikipedia:Moon}}-טאג' אויף זייער שפראך. |
רעוויזיע פון 07:14, 7 סעפטעמבער 2023
מאנטאג איז דער צווייטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.
דער טאג הייבט אן דער וואך פון ארבעט אין דער מערב וועלט, וואו זונטאג איז א רוה טאג. אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס דעריבער פאררעכנט אלס דער ערשטער טאג פון וואך, נאכפאלגנדיג דעם וויקענד.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; מאנטאג איז אלזא דער דריטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג צוויי".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער צווייטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט די לבנה[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון לבנה" (לאטייניש: dies Lunae). דער נאמען האט זיך פארשפרייט לענגאויס די אימפעריע און געווארן אדאפטירט דורך די פארשידענע גערמאנישע שבטים, וועלכע האבן גערופן דעם טאג 'מאָן-טאג' אויף זייער שפראך.