53
רעדאגירונגען
משנת (שמועס | ביישטייערונגען) אין תקציר עריכה צייכנס: וויזועלע רעדאגירונג ענדע אות אינמיטן וואָרט |
משנת (שמועס | ביישטייערונגען) אין תקציר עריכה צייכנס: וויזועלע רעדאגירונג ענדע אות אינמיטן וואָרט |
||
| שורה 59: | שורה 59: | ||
אנדערע אונטערנעמונגען פון טראמפ זענען געווען "טראמפ אוניווערסיטעט", אין וועלכע סעמינארן זענען איבערגעגעבן געווארן אויף ריעל עסטעיט, עס איז געווען א צאל אנקלאגעס קעגן דעם אונטערנעמונג און קעגן טראמפ אליין, ווי אויך א אנקלאגע פונעם ניו יארק עדיוקעישן דעפארטמענט. אויף אומלעגאלע באנוץ פונעם נאמען "אוניווערסיטעט" און אויסנארן קאסטומערס, די קלאגעס האבן זיך געענדיגט ווען ער איז ארייגעוועלט געווארן צום פרעזידענטשאפט אין א דיעל אין וועלכע טראמפ האט מסכים געווען צו צאלן 25 מיליאן דאלאר פאר די סטודענטן און פאר די סטעיט ניו יארק. אין 1995 האט ער געגרינדעט די טראמפ אויל קארפאראציע, וועלכע האט זיך אין א קורצער צייט אריבערגעצויגן צו זיך פארנעמען מיט אויסהאקן שטיינער אין מאדאגאסאר. | |||
פּאָליטיש שטעלעס | |||
אויסערן פאליסי פארן ווערן אריינגעוועלט פאר פרעזידענט | |||
פאר ער איז געווארן פרעזידענט, האט טראמפ עטליכע מאל געטענהט, אז אמעריקע זאל זיך ארייטון הויפטזעכליך אויף אירע אינערליכע פראבלעמען און נישט זיין דער "פאליציי פון דער וועלט". דערצו האט טראמפ געזאגט אז אמעריקע זאל זיך נישט אריינמישן אין דעם וואס עס פאסירט אין איראק, אבער אויב זיי זענען שוין דארט געווען, זאלן זיי נישט אוועקגיין אן אוועקשטעלן א ערנסטע רעגירונ גאופן פלאץ. ביי זיין פרעזידענט קאמפיין האט טראמפ געזאגט אז ער ערווארט פון לענדער וואס באקומען פינאנציעלע הילף פון אמעריקע זאלן צוריקגעבן דאס געלט, און ווען מען האט געפרעגט איבער מדינת ישראל האט ער געענטפערט: "אפילו מדינת ישראל". שפּעטער האָט ער צוריקגעצויגן איבער וואס ער האט גזאגט אויף מדינת ישראל. די וואס האבן זיך די מערסט געזארגט פון דער סטעיטמענט זענען געווען דרום קארעא, וועלכע ווערט געשטיצט עקאנאמיש און מיליטעריש דורך די אמעריקע צוליב איר שונא פון צפון, און די לענדער פונעם פערסישן גאלף, וועלכע זענען אליאירטע מיט די פאראייניגטע שטאטן. אין זיין קאמפיין האט טראמפ אויך געזאגט אז ער גלייבט אין קאפעראציע מיט רוסלאנד און איר פרעזידענט וולאדמיר פוטין. נאך די סטעיטמענט האבן זיינע קעגנער אים באשולדיגט אז ער איז פריינד מיט פוטין און אז רוסלאנד מאכט פרובירט אים צו העלפן געווינען די פרעזידענטליכע וואלן. סיי רוסלאנד און סיי טראמפ האבן געלייקנט די טענות. טראמפ האט אויך אויסגעדריקט א פארלאנג צו פארשטארקן די פאליסי קעגן כינע, זאגנדיג אז ער זעט כינע אלס א גרויסע סכנה פאר די פארייניקגע שטאטן. אויסער דעם האט טראמפ אויסגעדריקט קעגנערשאפט צו דעם איראנער נוקלעארע אפמאך און זיין מיטלויפער מייק פענס האט אפילו געטענהט אז טראמפ וועט עס צעריסן אויב ער וועט ערוועלט ווערןצום פרעזידענטשאפט. אין דער מדינת ישראל פראגע, האט טראמפ אויסגעדריקט זיין שטיצע פאר מדענת ישראל, ווען ער האט צוגעזאגט צו אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, וואס ער האט אנגערופן "די אייביגע הויפטשטאט פונעם אידישן פאלק". טראַמפּ האט נישט עפנטליך אויסגעדריקט אָפּאָזיציע צו די בוי ארבעט אין די פארנימענע געביטן אָדער אויסגעדריקט שטיצע פאַר די געדאַנק פון מאכן צוויי לענדער איינס פאר די פאלעסטינע אראבער, נאר פארקערט, ער איז געווען שטאָלץ אַז די זאכן זענען אראפגעגאנגען פון די רעפובליקאנער פּלאַטפאָרמע פאַר די וואלן, אָבער פון די אנדערע זייט האט זי געהערט פון זיינע ווערטער אז ער וועט צוגיין צום פאלעסטינער קאנפליקט אין מדינת ישראל נייטראל. למעשה האט ער צוריקגעצויגן נאכדעם וואס קלינטאן האט אים קריטיקירט און געזאגט אז ער וועט שטיצן מדינת ישראל אן קיין גרעניצן. | |||
אינערן פאליסיס און עקאנאמיע | |||
טראמפ איז קעגן אומלעגאלע אימיגראציע קיין אמעריקע, ספעציעל אימיגראציע פון דער מעקסיקאנער גרענעץ און פון מוסולמענישע אימיגראנטן און פליטים פון אראבישע לענדער, ווי פליטים פון דער סירישער בירגער קריג. און כדי צו פארמיידן מען זאל קענען איינדרינגען האט ער זיך אונטערגענומען צו בויען א וואנט ביים גרעניץ מיט מעקסיקא, וואס ער האט געשריגאז מעקסיקע וועט באצאלן פאר בוי קאסטן (די אזוי גערופענע "טראמפ וואנט"). אין צוגאב, האט טראמפ צוגעזאגט צו אנולירן מעדיצינישע אינשורענס וואס דער פריעדיגער פרעזידענט אבאמא האט אויפגעשטעלט(באקאנט אלס אבאמא-קער), , און עס ערזעצן מיט אן אנדער מעדיצינישע אינשורענס פראגראם. ער שטיצט פארגרעסערן די בודזשעט פון די מיליטער פון די פאַרייניגטע שטאַטן, און פארגרעסערן הילף צו וועטעראנען. טראמפ שטיצט א פאליסי פון אומאפהענגיגע באנוץ פון ענערגיע קוואלן, און איז קעגן אמעריקאנער אנגעוויזנקייט פון די ענערגיע צו אנדערע לענדער, מיטן ציל צו שאפן נייע דזשאבס פאר די אמעריקאנער פאלק. ער האט צוגעזאגט דורכצופירן ברייטע שטייער שניט פאר אלע שיכטן פון דער באפעלקערונג, צוזאמען מיט ברייטע אינוועסטמענטס אין אינפראסטראקטור. | |||
טראַמפּ איז קעגן די ערלויבן פון שוואכע דראגס, מיט א אויסנאם פון מעדיצינישע קאנאביס, בשעת זיין אַדמיניסטראַציע האט גענומען אַן אנטי קאנאביס שטעלונג און אנולירט די אבאמא תקופה פּאָליסי וואס האט צוגעשטעלט שוץ פאַר שטאטן וואס ערלויבן עס. ער שטיצט טויט שטראף און זיכער פּייניגונג מיטלען. | |||
זײן שטעלונג צו מדינת ישראל און יידישקייט | |||
אין 1979, איז טראמפ געווען איינער פון די ביישטייערער פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאר דעם פראיעקט צו שאפן די אינפראסטרוקטור פאר די חבל שלום ישובים, וועלכע זענען געגרינדעט געווארן נאך דעם שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן. אין 1983 איז טראַמפּ באלוינט געווארן מיט דעם "פרס עץ החיים" פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאַר זיין אויסערגעווענליכע ביישטייערונג צו די באציאונגען צווישן אַמעריקע און מדינת ישראל. אין יאנואר 2013 האט טראמפ פארעפנטליכט א ווידעיא צו שטיצן דעם פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, בנימין נתניהו, אין די צייט פון זיין קאמפיין פאר די וואלן פון די כנסת , אין וועלכע טראמפ האט געזאגט "א שטארקער פרעמיער מיניסטער איז א שטארקע איזראעל". אין 2015 איז טראמפּ באלוינט געווארן מיט דער "פרייהייט באלוינונג" ביי דער גאלא צערעמאניע פון דער אַמעריקאַנער אידישער צייטונג "אַלגעמיינער זשורנאל", אלס אנערקענונג פון טראמפ'ס ביישטייערונג צו די פאראייניגטע שטאטןמדינת ישראל באציאונגען, וואו ער האט געזאגט "איך האב אסאך פריינט אין מדינת ישראל". ביי דער זעלבער צערעמאניע איז טראמפ אויך געפרעגט געווארן איבער זיינע אידישע אייניקלעך, און האט געענטפערט "נישט נאר האב איך אידישע אייניקלעך, נאר איך האב אויך א אידישע טאכטער (איוואנקע) עס איז פאר מיר א גרויסער כבוד [...] עס איז נישט געווען. פלאנירט פון פאראויס, אָבער איך בין זייער צופרידן אַז עס איז געשען". | |||
אין מערץ 2016 האט טראמפ גערעדט אויף דער אייפעק קאנפערענץ און מודיע געווען אז אין יעדן אפמאך בנוגע מדינת ישראל מוז זי אנערקענט ווערן אלס די לאנד פונעם אידישן פאלק, ער האט דאן צוגעזאגט צו אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, וואס ער האט דעפינירט אלס די "אייביג הויפטשטאט פון אידישן פאלק", א הבטחה וואס איז מקוים געווארן דעם 14טן מאי 2018. אין זעלבן טאג האט ער אויך געזאגט אז מגינת ישראל דארף באצאלן פאר די זיכערהייט הילף[ וואס אמעריקע שטעלט זיי צו. אין יולי פון יענעם יאר האט טראמפ דערקלערט אז זיין פארטיי'ס פּלאַטפארמע איז "די מערסט פּרא מדינת ישראל וואס איז נאר אמאל געווען" אין דעצעמבער 2019, האט טראַמפּ געחתמעט אַ פרעזעדענטליכע אָרדער וואָס האָט אָנגענומען א ברייטערע משמעות פון אנטיסעמיטיזם, וואָס אנטהאלט אויך אומיושרדגע קריטיק אויף ישראל. די ארדער קען האבן א איינפלוס ווען פעדעראלע באאמטע באשליסן אויף אַ געוויסער אקט צי עס איז אַנטיסעמיטיש, ווי אויך אויף באשליסן וועגן רעגירונגס פאַנדן פאר אוניווערסיטעטן אויב עס ווערט באשלאסן אז א אוניווערסיטעט האט נישט גענוג געטון צו אויסמעקן אנטיסעמיטיזם. | |||
רעדאגירונגען