|
|
| שורה 21: |
שורה 21: |
|
| |
|
| דער צווייטער חלק האט רבי נחמן געגעבן פאר עטליכע פון זיינע תלמידים, עס איז געווען געשריבן נישט אין קיין סדר פון א - ב, נאר מאמרים נישט אין א סדר, רבי נחמן האט עס פארצייכנט פאר זיך יעדעס מאל ווען ער האט עפעס משיג געווען האט ער געשריבן נאך א מאמר און נאך א השגה, דאס אלעס האט ער צוביסלעך געגעבן פאר אסאך פון זיינע חסידים, ווען ר' נתן איז געקומען האט ער עס צוזאמענגענומען פון אלע תלמידים און האט עס עקסטער מסדר געווען לויטן סדר פון דעם א - ב און האט עס צוזאמענגעשעטלט מיטן ערשטען חלק, ער האט אלעס געוועיזן פאר זיין רבי, און זיי רבי האט מסכים געווען אויף זיין סדר (הקדמת הספר המדות, וימי מוהרנ"ת ח"א סי' ל'). | | דער צווייטער חלק האט רבי נחמן געגעבן פאר עטליכע פון זיינע תלמידים, עס איז געווען געשריבן נישט אין קיין סדר פון א - ב, נאר מאמרים נישט אין א סדר, רבי נחמן האט עס פארצייכנט פאר זיך יעדעס מאל ווען ער האט עפעס משיג געווען האט ער געשריבן נאך א מאמר און נאך א השגה, דאס אלעס האט ער צוביסלעך געגעבן פאר אסאך פון זיינע חסידים, ווען ר' נתן איז געקומען האט ער עס צוזאמענגענומען פון אלע תלמידים און האט עס עקסטער מסדר געווען לויטן סדר פון דעם א - ב און האט עס צוזאמענגעשעטלט מיטן ערשטען חלק, ער האט אלעס געוועיזן פאר זיין רבי, און זיי רבי האט מסכים געווען אויף זיין סדר (הקדמת הספר המדות, וימי מוהרנ"ת ח"א סי' ל'). |
|
| |
| == וואו אזוי האט עס רבי נחמן געגעבן צו דרוקן ==
| |
|
| |
| דער ספר איז געלעגן אין כתב יד ביז רבי נחמן האט אפגעמאכט ער וויל עס געבן פאר זיינע תלמידים זיי זאלן עס דרוקן. ווען ער האט עס געגעבן האט ער פארציילט א אינטערעסאנטע מעשה. מיר וועלן פארציילן די מעשה דאהי וואס עס שטייט אין הקדמה פון ספר, און וויאזוי עס איז מקובל ביי ברסלבער חסידים.
| |
|
| |
| רבי נחמן האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן ר' [[דוב חיה'לעס]], ער האט זיך געמאכט א סדר, יעדעס מאל ווען ער איז געקומען צו זיין רבי רבי נחמן האט ער איהם פארציילט אינטערעסאנטע זאכן און תורות וואס ער האט געזעהן אין פארשידענע ספרים, מאכט זיך אמאל ער קומט צו זיין רבי און פארציילט איהם א מעשה אזוי: געווען אמאל א חשובער איד א ראש ישיבה וואס האט זיך גענומען פאר זיין טאכטער א חתן, א למדן אן פיינער בחור, ער האט געלערענט פלייסיג בייטאג און ביינאכט, מאכט זיך אמאל ער איז נכשל געווען אין א שלעכטע זאך, און דערפון איז באשאפען געווארן א שלעכטער מלאך, דער מלאך האט זיך פארשטעלט פאר א מגיד און איז געקומען לערנען מיט דעם יונגערמאן תורה, דער יונגערמאן האט זיך געוואוסט עס עפעס איז שלעכט און האט אסאך געהערט פון דעם מגיד, אבער אין אמת'ן איז דער מגיד געווען פון דער [[סטרא אחרא]].
| |
|
| |
| איינמאהל זאגט דער מגיד פאר דעם יונגערמען אז פון הימל וויל מען ער זאל זיך פארליבן צו זיין ווייב ווען זי איז א [[נדה]], אין אומריינע טעג, דער מגיד האט אויפגעוויזן פארן יונגערמאן אז אויב ער וועט עס טוהן וועט ער זוכה זיין אז דאס קינד וואס וועט געבוירן ווערן וועט זיין די [[נשמה]] פון [[משיח]]. דער יונגערמאן האט איהם געגלייבט און איז געקומען צו זיין ווייב און האט איהר פארציילט אז א מגיד פון הימל האט זיך באוויזן פאר איהם און האט געזאגט ער זאל עס טוהן, אבער זיין פרוי איז געווען א גאט פארכטיגער, און האט נישט געוואלט, זי האט געזאגט זי וועט פרעגן איהר טאטע, דער פאטער האט זיך זייער דערשראקען און האט גערופן צו זיך זיין איידער און איהם געזאגט וויסן זאלסטו דער מגיד איז נישט קיין גוטער, ער קומט פון דער סטרא אחרא, איך וועל דיר געבן א סימן, ווייל אויף א עהרליכער מגיד איז אויסגעקריצט אלע א -ב אויף זיין שטערען, און די אותיות פון י'ה'ו'ה' לייכטן, אבער אויף א נישט גוטער מלאך לייכטען נישט די אותיות פון שם הוי"ה, דעריבער זאלסטו קוקען אויב לייכטן נישט די אותיות זאלסטו וויסן אז עס טויג נישט מיט איהם און זאלסטו זיך היטען, אבער איך ווייס אויב וועסטו איהם נישט פאלגן וועט ער דיך וועלן שעדיגן דעריבער האט איהם זיין שווער איבערגעגעבן פארשידענען וועגן וויאזוי ער זאל ניצול ווערן פון דער מגיד. אזוי איז טאקע געווען ביינאכט ווען דער מגיד איז געקומען האט דער יונגערמאן געזהן אז די אותיות פון שם הוי"ה לייכטן נישט, און האט פארשטאנען ער טויג נישט, האט ער מכוון געווען וואס זיין שווער האט איהם געזאגט און איז ניצול געווארן, דאס האט אלעס דערציילט דער תלמיד צו רבי נחמן.
| |
|
| |
| רבי נחמן איז זייער אנגעצונגען געווארן פון די מעשה, און האט זיך אנגערופן: ביי אונז ברוך השם לייכטען אלע אותיות פון א - ב מיט א סדר. און האט גלייך איבער געגעבן דעם ספר המדות אויף א - ב פאר זיינע תלמידים. (די מעשה שטייט אין הקדמה פון ספר המדות, עס איז דא א נוסח צווישן ברסעלעבר חסידים וואס זאגן אז די גאנצע מעשה האט רבי נחמן פארציילט פאר זיינע צוויי חשובע תלמידים ר' [[רבי נתן פון ברסלב]] און זיי חבר ר' [[נפתלי נעמיראווער|נפתלי פון נעמיראוו]], און דאן האט זיי רבי נחמן געגעבן דעם ספר (אזוי איז געדרוקט אין ספר המדות אין פולין שנת [[ה'תרע"ב]]).
| |
|
| |
|
| |
|
| == דאס חשיבות פונעם ספר == | | == דאס חשיבות פונעם ספר == |