אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לייזער וואלף"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אויסדרוק)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 15: שורה 15:
[[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]]
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע אידן]]
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע אידן]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:לייזר וולף]]
[[he:לייזר וולף]]

רעוויזיע פון 19:20, 27 יוני 2023

לייזער וואָלף (דער אמתדיקער פאַמיליע-נאָמען – מעקלער, 1910, ווילנע – 1943, לעבן סאַמאַרקאַנד) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, פּראָזאַיִקער, איינער פון די גרינדער פון דער ליטעראַרישער גרופּע "יונג-ווילנע".

לעבנסגעשיכטע

לייזער וואָלף איז געווען דאָס פערטע קינד אין אַ אָרעמער משפּחה פון אַ מאַליער. ער האָט פאַרענדיקט זעקס קלאַסן פון אַ ייִדישער פאָלקס-שול. ווייטער האָט ער ניט געקאָנט לערנען צוליב פינאַנסיעלע שוועריקייטן און דעריבער אָנגעהויבן העלפן דעם פאָטער אין זיין אַרבעט. שפּעטער האָט ער זיך אויסגעלערנט די מלאכה פון הענטשקעס-מאַכער.

לייזער וואָלף האָט אָנגעהויבן שרייבן לידער נאָך זענענדיק אַ שילער. אין 1926 איז אין דער וואַרשעווער צייטונג "ליטעראַרישע בלעטער" פאַרעפנטליכט געוואָרן זיין ערשט ליד. זינט דעם סוף פון די 1920ער יאָרן און ביז 1940 האָט לייזער וואָלף פּראַקטיש יעדן טאָג זיך געדרוקט אין דער צייטונג "ווילנער טאָג". אין 1934 – 1936 איז ער געווען אַ מיטרעדאַקטאָר פון אויסגאַבעס פון דער גרופּע "יונג-ווילנע" "גריננינקע בוימעלעך" "יונגוואַלד" אא. לייזער וואָלף האָט אויך פאַרעפנטליכט זיינע ווערק אין די ניו-יאָרקער אויסגאַבעס "צוקונפט", "אין זיך", פאָרווערטס" אינעם מינסקער זשורנאל "שטערן" אין דער צייטונג "ביאַליסטאָקער שטערן" אא. ביזן סוף פון 1939 האָט לייזער וואָלף געוואוינט אין ווילנע. דערנאָך איז ער אַריבערגעפאָרן קיין ביאַליסטאָק, פון דאָרטן אין מערץ 1940 – קיין דניעפּראָפּעטראָווסק, און האַרבסטצייט 1940 – קיין נאָוואָמאָסקאָווסק פון דער דניעפּראָפּעטראָווסקער געגנט. זומער-צייט 1941 איז דער דיכטער אַוועקגעפאָרן אין עוואַקואַציע קיין אוזבעקיסטאַן. דאָרט האָט ער געאַרבעט אויף פאַבריקן און אין קאָלווירטן. געשטאָרבן פון הונגער אין אַ קאָלווירט 70 קילאָמעטער פון דער שטאָט סאַמאַרקאַנד.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!