אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תענית אסתר"
אין תקציר עריכה |
ק (←דער טעם פארן תענית: אינערליכע לינקס) |
||
שורה 8: | שורה 8: | ||
==דער טעם פארן תענית== | ==דער טעם פארן תענית== | ||
* לויט ווי געשילדערט אין [[מגילת אסתר]], זענען די אידן זיך צוזאמגעקומען אינעם טאג פון [[י"ג אדר]], נאך וואס אחשוורוש האט זיי באפולמעכטיגט זיך צו באשיצן קעגן זייערע פיינט, און אפגעראכטן א קריג, אזויווי עס שטייט אין פסוק: {{ציטוטון|וּבִשְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר בִּשְׁלוֹשָׁה עָשָׂר יוֹם בּוֹ... נִקְהֲלוּ הַיְּהוּדִים בְּעָרֵיהֶם בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֳחַשְׁוֵרוֹשׁ לִשְׁלֹחַ יָד בִּמְבַקְשֵׁי רָעָתָם}}{{הערה|{{תנ"ך|אסתר|ט|א}}}}. דער [[מדרש]] ערקלערט אז דאס לשון פון "נקהלו", ד.ה. זיך "צוזאמקומען", טוט אנדייטן אויף א פאסט-טאג וואס מ'האט דאן גוזר געווען אויפן טאג פונעם קריג{{הערה|שם=תנח|[[מדרש תנחומא]], פרשת בראשית, [[S:מדרש_תנחומא_בראשית_ג|סימן ג']]}}{{הערה|שם=רשי|דאס איז אנדערש ווי רש"י, וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות". {{בבלי|מגילה|ב|א|מפרש=רש"י|ד"ה=זמן קהלה לכל היא}}}}, וויבאלד ביי אידן איז געווען איינגעפירט אז אין טאג פון א שלאכט פאסט מען, אזויווי מען זעט אז [[משה רבינו]] האט מתקן געווען א תענית ווען די אידן האבן מלחמה געהאלטן מיט [[עמלק]]. לויט טייל ראשונים, איז "תענית אסתר" באשטימט געווארן אינעם טאג פון י"ג אדר, אלס אנדענק צו יענעם תענית{{הערה|שם=רת|[[רבינו תם]], געברענגט אין [[רא"ש]], מסכת מגילה, [[S:רבינו_אשר_על_הש"ס/פסקי_הרא"ש/מגילה/פרק_א|פרק א', סימן א']]}}. | * לויט ווי געשילדערט אין [[מגילת אסתר]], זענען די אידן זיך צוזאמגעקומען אינעם טאג פון [[י"ג אדר]], נאך וואס אחשוורוש האט זיי באפולמעכטיגט זיך צו באשיצן קעגן זייערע פיינט, און אפגעראכטן א קריג, אזויווי עס שטייט אין פסוק: {{ציטוטון|וּבִשְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר בִּשְׁלוֹשָׁה עָשָׂר יוֹם בּוֹ... נִקְהֲלוּ הַיְּהוּדִים בְּעָרֵיהֶם בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֳחַשְׁוֵרוֹשׁ לִשְׁלֹחַ יָד בִּמְבַקְשֵׁי רָעָתָם}}{{הערה|{{תנ"ך|אסתר|ט|א}}}}. דער [[מדרש]] ערקלערט אז דאס לשון פון "נקהלו", ד.ה. זיך "צוזאמקומען", טוט אנדייטן אויף א פאסט-טאג וואס מ'האט דאן גוזר געווען אויפן טאג פונעם קריג{{הערה|שם=תנח|[[מדרש תנחומא]], פרשת בראשית, [[S:מדרש_תנחומא_בראשית_ג|סימן ג']]}}{{הערה|שם=רשי|דאס איז אנדערש ווי רש"י, וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות". {{בבלי|מגילה|ב|א|מפרש=רש"י|ד"ה=זמן קהלה לכל היא}}}}, וויבאלד ביי אידן איז געווען איינגעפירט אז אין טאג פון א שלאכט פאסט מען, אזויווי מען זעט אז [[משה רבינו]] האט מתקן געווען א תענית ווען די אידן האבן מלחמה געהאלטן מיט [[עמלק]]. לויט טייל ראשונים, איז "תענית אסתר" באשטימט געווארן אינעם טאג פון י"ג אדר, אלס אנדענק צו יענעם תענית{{הערה|שם=רת|[[רבינו תם]], געברענגט אין [[רא"ש]], מסכת מגילה, [[S:רבינו_אשר_על_הש"ס/פסקי_הרא"ש/מגילה/פרק_א|פרק א', סימן א']]}}. | ||
* לויט אנדערע, איז דער תענית באשטימט געווארן אלס אנדענק צו די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט מיט א יאר פריער, אויפן פארלאנג פון [[אסתר המלכה]], איידער זי איז אריין צו אחשוורוש'ן{{הערה|{{רמב"ם|תעניות|ה|ה}}, לויטן {{טור|אורח חיים|תרפו|מפרש=בית חדש}}}}. טראצדעם וואס דעמאלטס האט מען געפאסט אין חודש [[ניסן]], פאסט מען היינט אין [[אדר]], ווייל אין ניסן טאר מען נישט פאסטן{{הערה|שם=סופרים|{{מסכת קטנה|סופרים|יז|ד}}, {{מסכת קטנה|סופרים|כא|א|ב'}}}}.{{ש}}אין [[מסכת סופרים]] ווערט טאקע געברענגט אז עס איז געווען א מנהג צו פאסטן דריי טעג, אזויווי דאן ביי דער מעשה פון פורים. מען פלעגט זיי אבער פאסטן צעשפרייט ("פרודין") אין די טעג בעפאר פורים: מאנטאג, דאנערשטאג און מאנטאג, און נישט "רצופין". אין [[ארץ ישראל]] פלעגט מען פאסטן נאך פורים, צוליב "יום נקנור" און "יום טוריינוס" וועלכע געפאלן פאר פורים און מ'מעג אין זיי נישט פאסטן{{הערה|שם=סופרים}}. דער [[אליה רבה]]{{הערה|[[רבי אליהו שפירא]], '''אליה רבא''', סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'}} ברענגט אין נאמען פון [[ריב"ש]]{{הערה|[[רבי יצחק בר ששת]], '''שו"ת הריב"ש''', סימן תט"ז}} אז לויט ווי ס'זעט אויס אין [[מדרש תהלים]]{{הערה|[[S:מדרש_תהלים_כב|מזמור כ"ב]]: "יכול יהו צמים שלשה ימים ושלשה לילות ולא היו מתים? אלא, מפסיק מבעוד יום."}}, זענען די פאסט-טעג אין צייט פון דער גזירה אויך געווען צעשפרייטע; ווידעראום די שיטה פונעם [[תלמוד בבלי|בבלי]]{{הערה|{{בבלי|יבמות|קכא|ב}}}} איז קלאר אז מען האט דעמאלטס געפאסט דריי טעג ברציפות. דער [[בית יוסף]] זאגט אז היינטיגע צייטן פאסט מען נישט די תעניתים, כדי נישט צו פארשווערן אויפן ציבור{{הערה|שם=בית יוסף|{{טור|אורח חיים|תרפו|מפרש=בית יוסף}}}}. | * לויט אנדערע, איז דער תענית באשטימט געווארן אלס אנדענק צו די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט מיט א יאר פריער, אויפן פארלאנג פון [[אסתר המלכה]], איידער זי איז אריין צו אחשוורוש'ן{{הערה|{{רמב"ם|תעניות|ה|ה}}, לויטן {{טור|אורח חיים|תרפו|מפרש=בית חדש}}}}. טראצדעם וואס דעמאלטס האט מען געפאסט אין חודש [[ניסן]], פאסט מען היינט אין [[אדר]], ווייל אין ניסן טאר מען נישט פאסטן{{הערה|שם=סופרים|{{מסכת קטנה|סופרים|יז|ד}}, {{מסכת קטנה|סופרים|כא|א|ב'}}}}.{{ש}}אין [[מסכת סופרים]] ווערט טאקע געברענגט אז עס איז געווען א מנהג צו פאסטן דריי טעג, אזויווי דאן ביי דער מעשה פון פורים. מען פלעגט זיי אבער פאסטן צעשפרייט ("פרודין") אין די טעג בעפאר פורים: [[מאנטאג]], [[דאנערשטאג]] און מאנטאג, און נישט "רצופין". אין [[ארץ ישראל]] פלעגט מען פאסטן נאך פורים, צוליב "יום נקנור" און "יום טוריינוס" וועלכע געפאלן פאר פורים און מ'מעג אין זיי נישט פאסטן{{הערה|שם=סופרים}}. דער [[אליה רבה]]{{הערה|[[רבי אליהו שפירא]], '''אליה רבא''', סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'}} ברענגט אין נאמען פון [[ריב"ש]]{{הערה|[[רבי יצחק בר ששת]], '''שו"ת הריב"ש''', סימן תט"ז}} אז לויט ווי ס'זעט אויס אין [[מדרש תהלים]]{{הערה|[[S:מדרש_תהלים_כב|מזמור כ"ב]]: "יכול יהו צמים שלשה ימים ושלשה לילות ולא היו מתים? אלא, מפסיק מבעוד יום."}}, זענען די פאסט-טעג אין צייט פון דער גזירה אויך געווען צעשפרייטע; ווידעראום די שיטה פונעם [[תלמוד בבלי|בבלי]]{{הערה|{{בבלי|יבמות|קכא|ב}}}} איז קלאר אז מען האט דעמאלטס געפאסט דריי טעג ברציפות. דער [[בית יוסף]] זאגט אז היינטיגע צייטן פאסט מען נישט די תעניתים, כדי נישט צו פארשווערן אויפן ציבור{{הערה|שם=בית יוסף|{{טור|אורח חיים|תרפו|מפרש=בית יוסף}}}}. | ||
*דער [[כף החיים]]{{הערה|[[רבי יעקב חיים סופר]], '''[[כף החיים]]''', סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'}} ברענגט פונעם [[מגיד מישרים (ספר)|מגיד מישרים]]{{הערה|[[רבי יוסף קארו]], '''[[מגיד מישרים (ספר)|מגיד מישרים]]''', פרשת ויקהל, מהדורא קמא, אור י"ג לאדר השני}}, אז מען פאסט כדי מכניע צו זיין דעם קטרוג פונעם [[שטן]] אויף דעם וואס די אידן עסן און טרינקען זיך אן אום [[פורים]]. | *דער [[כף החיים]]{{הערה|[[רבי יעקב חיים סופר]], '''[[כף החיים]]''', סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'}} ברענגט פונעם [[מגיד מישרים (ספר)|מגיד מישרים]]{{הערה|[[רבי יוסף קארו]], '''[[מגיד מישרים (ספר)|מגיד מישרים]]''', פרשת ויקהל, מהדורא קמא, אור י"ג לאדר השני}}, אז מען פאסט כדי מכניע צו זיין דעם קטרוג פונעם [[שטן]] אויף דעם וואס די אידן עסן און טרינקען זיך אן אום [[פורים]]. | ||
*דער [[משנה ברורה]] שרייבט אז דער ציל פונעם פאסט טאג איז "כדי צו געדענקען אז השי"ת זעט און הערט יעדן מענטש אין צייט פון נויט, אויב וועט ער פאסטן און זיך צוריקקערן צום באשעפער מיטן גאנצן הארץ, אזויווי ער האט געטון אין יענער צייט"{{הערה|{{משנה ברורה|תרפו|ב}}}}. | *דער [[משנה ברורה]] שרייבט אז דער ציל פונעם פאסט טאג איז "כדי צו געדענקען אז השי"ת זעט און הערט יעדן מענטש אין צייט פון נויט, אויב וועט ער פאסטן און זיך צוריקקערן צום באשעפער מיטן גאנצן הארץ, אזויווי ער האט געטון אין יענער צייט"{{הערה|{{משנה ברורה|תרפו|ב}}}}. |
רעוויזיע פון 18:39, 7 סעפטעמבער 2023
תענית אסתר איז דער פאסט טאג פאר פורים, געווענליך י"ג אדר. פארשידענע טעמים זענען געזאגט געווארן אויף דעם תענית: אן אנדענק פאר די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט איידער אסתר המלכה איז אריין צו אחשוורוש; אן אנדענק פאר דעם פאסט-טאג וואס די אידן האבן געהאלטן בשעת דער מלחמה מיט זייערע שונאים; אדער כדי אפצושלאגן די קטרוגים וואס קענען ערוועקט ווערן צוליב דער אויפפירונג אין פורים.
אין "מגילת תענית" ווערט י"ג אדר פארצייכנט אלס "יום נקנור (עב')", א טאג ווען מ'טאר נישט פאסטן, וואס דאס מיינט לכאורה אז אין די צייטן פון בית המקדש[1], האט דער תענית בכלל נישט עקזיסטירט. דער רמ"א נעמט טאקע אן להלכה ווי די ראשונים וואס האלטן אז תענית אסתר איז א שפעטערער מנהג, פון נאך "חתימת התלמוד", און דערפאר זענען אירע הלכות לייכטער ווי ביי אנדערע תעניתים. אנדערע ראשונים טרעפן אבער יא א רמז דערויף אין גמרא, און טייל ראשונים זאגן אז מרדכי און אסתר האבן דאס שוין מתקן געווען.
אין א יאר וואס י"ג אדר געפאלט אום שבת, ווערט תענית אסתר געפעדערט צו דאנערשטאג. אום תענית אסתר פירט מען זיך אויך צו געבן א זכר צום "מחצית השקל".
דער טעם פארן תענית
- לויט ווי געשילדערט אין מגילת אסתר, זענען די אידן זיך צוזאמגעקומען אינעם טאג פון י"ג אדר, נאך וואס אחשוורוש האט זיי באפולמעכטיגט זיך צו באשיצן קעגן זייערע פיינט, און אפגעראכטן א קריג, אזויווי עס שטייט אין פסוק: ”וּבִשְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר בִּשְׁלוֹשָׁה עָשָׂר יוֹם בּוֹ... נִקְהֲלוּ הַיְּהוּדִים בְּעָרֵיהֶם בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֳחַשְׁוֵרוֹשׁ לִשְׁלֹחַ יָד בִּמְבַקְשֵׁי רָעָתָם”[2]. דער מדרש ערקלערט אז דאס לשון פון "נקהלו", ד.ה. זיך "צוזאמקומען", טוט אנדייטן אויף א פאסט-טאג וואס מ'האט דאן גוזר געווען אויפן טאג פונעם קריג[3][4], וויבאלד ביי אידן איז געווען איינגעפירט אז אין טאג פון א שלאכט פאסט מען, אזויווי מען זעט אז משה רבינו האט מתקן געווען א תענית ווען די אידן האבן מלחמה געהאלטן מיט עמלק. לויט טייל ראשונים, איז "תענית אסתר" באשטימט געווארן אינעם טאג פון י"ג אדר, אלס אנדענק צו יענעם תענית[5].
- לויט אנדערע, איז דער תענית באשטימט געווארן אלס אנדענק צו די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט מיט א יאר פריער, אויפן פארלאנג פון אסתר המלכה, איידער זי איז אריין צו אחשוורוש'ן[6]. טראצדעם וואס דעמאלטס האט מען געפאסט אין חודש ניסן, פאסט מען היינט אין אדר, ווייל אין ניסן טאר מען נישט פאסטן[7].
אין מסכת סופרים ווערט טאקע געברענגט אז עס איז געווען א מנהג צו פאסטן דריי טעג, אזויווי דאן ביי דער מעשה פון פורים. מען פלעגט זיי אבער פאסטן צעשפרייט ("פרודין") אין די טעג בעפאר פורים: מאנטאג, דאנערשטאג און מאנטאג, און נישט "רצופין". אין ארץ ישראל פלעגט מען פאסטן נאך פורים, צוליב "יום נקנור" און "יום טוריינוס" וועלכע געפאלן פאר פורים און מ'מעג אין זיי נישט פאסטן[7]. דער אליה רבה[8] ברענגט אין נאמען פון ריב"ש[9] אז לויט ווי ס'זעט אויס אין מדרש תהלים[10], זענען די פאסט-טעג אין צייט פון דער גזירה אויך געווען צעשפרייטע; ווידעראום די שיטה פונעם בבלי[11] איז קלאר אז מען האט דעמאלטס געפאסט דריי טעג ברציפות. דער בית יוסף זאגט אז היינטיגע צייטן פאסט מען נישט די תעניתים, כדי נישט צו פארשווערן אויפן ציבור[12]. - דער כף החיים[13] ברענגט פונעם מגיד מישרים[14], אז מען פאסט כדי מכניע צו זיין דעם קטרוג פונעם שטן אויף דעם וואס די אידן עסן און טרינקען זיך אן אום פורים.
- דער משנה ברורה שרייבט אז דער ציל פונעם פאסט טאג איז "כדי צו געדענקען אז השי"ת זעט און הערט יעדן מענטש אין צייט פון נויט, אויב וועט ער פאסטן און זיך צוריקקערן צום באשעפער מיטן גאנצן הארץ, אזויווי ער האט געטון אין יענער צייט"[15].
מקור פונעם תענית
דער תענית האט נישט קיין בפירוש'ער מקור אין חז"ל און פארהאן פארשידענע מיינונגען איבער זיין אפשטאם. עס ווערט אבער דערמאנט אין מדרש תנחומא[3] אז מ'האט גוזר געווען א תענית י"ג אדר[16], און אן ענליכן מנהג ווערט געברענגט אין מסכת סופרים[7].
רמז אין מגילה
לויט טייל ראשונים[17] האבן מרדכי און אסתר אליין מתקן געווען דעם תענית, ווי מען זעט אין דער מגילה, "לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם, כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה, וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל נַפְשָׁם וְעַל זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמוֹת וְזַעֲקָתָם"[18] - וואס די ווערטער "דברי הצומות וזעקתם", באציען זיך, לויט דער שיטה, צו תענית אסתר.
אבער אנדערע ראשונים פארטייטשן דעם פסוק אז "די אידן האבן מקבל געווען די מצוות פון פורים, גענוי ווי זיי האבן מקבל געווען די פיר תעניתים" וואס די נביאים האבן מתקן געווען נאכן חורבן בית המקדש[19].
פארהאן וואס לערנען אז דער פסוק באציט זיך צו די תעניתים בשעת דער גזירה פון המן[20], און זאגט אז "פונקט ווי די אידן האבן אנגענומען וואס מרדכי און אסתר האבן געהייסן בשעת זיי זענען געווען אין געפאר, צו פאסטן און בעטן, אזוי האבן זיי אנגענומען די מצוות פון פורים ווען זיי זענען געהאלפן געווארן"[21].
אין חז"ל
לויט רב אחאי גאון[22] און רבינו תם[5], ווערט תענית אסתר דערמאנט אין גמרא. זיי טייטשן אז דאס וואס די גמרא[23] דרוקט זיך אויס אויף י"ג אדר "זמן קהילה לכל", מיינט אז דער טאג איז א פאסט-טאג, ווען מען נעמט זיך צוזאמען צו זאגן תפילות און תחנונים[4]. אזוי שטייט אויך אינעם מדרש תנחומא אויף "י"ג יום קהלה לכל היא"[3].
אבער אנדערע ראשונים זאגן אז תענית אסתר איז א שפעטערער מנהג[24], און דער אבודרהם שרייבט אז די תקנה איז פון נאך דער צייט פון "חתימת התלמוד"[25].
יום ניקנור
אין "מגילת תענית" איז י"ג אדר באצייכנט אלס "יום ניקנור", צו פייערן דעם זיג פון יהודה המכבי איבער די יווני'שע קרעפטן אין שפיץ פון ניקנור, אין שנת ג'ת"ר[26]. אין צייט פון בית המקדש, האט מען נישט געטארט פאסטן אין די טעג אויסגערעכנט אין מגילת תענית, וואס רעכנט לכאורה אויך אריין י"ג אדר, דער טאג פון תענית אסתר. דאס שטימט גוט מיט דער שיטה אז תענית אסתר איז הערשט איינגעפירט געווארן שפעטער. אבער די אנדערע ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער דעם חורבן ווייל עס איז א פריערדיגע תקנה.
דער ראב"ד[27] און דער כלבו[28] זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" אלס אנדענק צום נס, אנדערש ווי געווענליכע פאסט טעג וואס זענען אלס אבילות.
הלכות און מנהגים
תענית אסתר גייט אן אין י"ג אדר (אין אן עיבור יאר, אדר שני). ווען י"ג פאלט אין שבת[29] פעדערט מען דאס פאסטן צו דאנערשטאג, י"א אדר. ביי א געווענליכע פאסט טאג שטופט מען אפ דאס פאסטן אויף זונטאג, אבער וויבאלד נאך תענית אסתר איז פורים פאסט מען פריער. פרייטאג פאסט מען אויך נישט, ווייל מען פלעגט אין תענית אסתר זאגן אסאך סליחות און תחנונים, און ערב שבת איז נישט דא קיין צייט דערפאר[12][30]. אין פרובאנס איז יא געווען דער מנהג צו פאסטן פרייטאג[31].
דער רמ"א נעמט אן להלכה ווי דער שיטה אז תענית אסתר איז בלויז א שפעטערע מנהג, און דערפאר זענען די הלכות גרינגער ווי די פיר תעניתים וואס מען האט מתקן געווען נאכן חורבן; מעוברות און מניקות, ווי אויך שוואכע מענטשן זענען פטור פון פאסטן[32].
מען פירט זיך צו געבן א זכר צו די מחצית השקל תענית אסתר פאר מנחה[33]. אלס "מחצית השקל" ניצט מען א האלבע פון די מטבע אין יענעם לאנד[33], און מען געבט דריי דערפון ווייל עס שטייט אין פרשת שקלים[34] דריי מאל די ווערטער "מחצית השקל"[35]. כאטש וואס די מצוה איז געווען נאר פאר א איד פון צוואנציג יאר און העכער[36], אדער כאטש פון דרייצן יאר, פירט מען זיך צו געבן א מחצית השקל אויך פאר יעדן קינד אין די משפחה[37].
דער מהרי"ל פלעגט זיך פירן נישט צו פארלערנען תענית אסתר, ווייל די תלמידים זענען געווען פארנומען צוגרייטן אויף פורים, און ער האט געזאגט א רמז דערויף פון פסוק "לא הגידה אסתר"[38]; די פוסקים ברענגן דאס להלכה[39]. דאס איז אבער נאר לגבי גיין אין ישיבה, אבער אליין אינדערהיים מעג מען לערנען.
אין ספר יסוד יוסף[40] שטייט אז אין תענית אסתר זאל מען זאגן קאפיטל כ"ב פון תהלים, "למנצח על אילת השחר", וואס ווערט געברענגט אין חז"ל[41] אז אסתר האט עס געזאגט איידער זי איז אריין צו אחשוורוש'ן, און עס איז א סגולה צו געהאלפן ווערן מיט ישועות.
דרויסנדע לינקס
- הרב רחמים מזרחי, קונטרס דברי הצומות - תענית אסתר, מודיעין עילית, תשע"א, אויף אוצר החכמה
- דער ארטיקל "תענית אסתר", אין אנציקלופדיה תלמודית, אויף ויקישיבה
- בצלאל לנדוי, תענית אסתר במסורת ישראל, אויף "דעת"
- זוך אויף תענית אסתר אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
- ישיבת כרם ביבנה, בין תענית אסתר לשאר תעניות
רעפערענצן
- ↑ ווען "מגילת תענית" איז געווען אין קראפט. ראש השנה יט, ב
- ↑ אסתר ט, א
- ↑ 3.0 3.1 3.2 מדרש תנחומא, פרשת בראשית, סימן ג'
- ↑ 4.0 4.1 דאס איז אנדערש ווי רש"י, וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות". רש"י, מגילה ב, א, ד"ה זמן קהלה לכל היא
- ↑ 5.0 5.1 רבינו תם, געברענגט אין רא"ש, מסכת מגילה, פרק א', סימן א'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תעניות, פרק ה', הלכה ה', לויטן בית חדש, אורח חיים, סימן תרפ"ו
- ↑ 7.0 7.1 7.2 מסכת סופרים, פרק י"ז, הלכה ד', מסכת סופרים, פרק כ"א, הלכה א'–ב'
- ↑ רבי אליהו שפירא, אליה רבא, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'
- ↑ רבי יצחק בר ששת, שו"ת הריב"ש, סימן תט"ז
- ↑ מזמור כ"ב: "יכול יהו צמים שלשה ימים ושלשה לילות ולא היו מתים? אלא, מפסיק מבעוד יום."
- ↑ יבמות קכא, ב
- ↑ 12.0 12.1 בית יוסף, אורח חיים, סימן תרפ"ו
- ↑ רבי יעקב חיים סופר, כף החיים, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'
- ↑ רבי יוסף קארו, מגיד מישרים, פרשת ויקהל, מהדורא קמא, אור י"ג לאדר השני
- ↑ משנה ברורה, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ב'
- ↑ זעט:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דברי יציב, אורח חיים, חלק ב', נתניה, תשנ"ו, סימן ר"צ - ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות תעניות, פרק ה', הלכה ה'; דער ראב"ד, געברענגט אינעם ר"ן אויפן רי"ף, מסכת תענית, דף ז', עמוד א', מדפי הרי"ף
- ↑ אסתר ט, לא
- ↑ רבי אברהם אבן עזרא און רלב"ג, אסתר ט, לא; ר"ן אויפן רי"ף, מסכת תענית, דף ז', עמוד א', מדפי הרי"ף
- ↑ רש"י אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ספר הפרדס, ענין פורים, און אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מחזור ויטרי, רמ"ה - ↑ משאת משה - אלשיך אויף אסתר ט, לא און גר"א דארט
- ↑ שאילתות, פרשת ויקהל, שאילתא ס"ז
- ↑ מגילה ב, א
- ↑ רמב"ן, מלחמות ה' אויפן רי"ף, מסכת מגילה, דף ד עמוד א מדפי הרי"ף; אבן עזרא, אסתר ט, לא
- ↑ רבי דוד אבודרהם, אבודרהם, ונציה, שכ"ו, סדר תעניות, דף צ"ג עמוד ב'
- ↑ מגילת תענית, פרק י"ב, י"ג, ווערט געברענגט אין תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק ב', הלכה י"ג, און אין תענית יח, ב
- ↑ ווערט געברענגט אינעם ר"ן אויפן רי"ף, מסכת תענית, דף ז', עמוד א', מדפי הרי"ף, און אין ריטב"א, תענית י, א, ד"ה מאן יחידים
- ↑ כלבו, סימן ס"ב
- ↑ אין ארום 31.9% פון אלע יארן, לויט דער באשטימטער לוח, אין די יארן בחג, זשג, השג, זחג
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרפ"ו, סעיף א'
- ↑ מגן אבות למאירי, ענין כ"ג
- ↑ רמ"א
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרפ"ו, סעיף ב'; ב"ח אורח חיים סימן תרפ"ו אות ב - ↑ 33.0 33.1 רמ"א שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף א'
- ↑ שמות ל, יג
- ↑ מרדכי מגילה סימן תשעז
- ↑ דרכי משה אורח חיים סימן תרצ"ד אות א בשם דער מהרי"ל
- ↑ משנה ברורה, סימן תרצ"ד, סעיף קטן ה'
- ↑ אסתר ב, י
- ↑ מגן אברהם סעיף קטן ג, אליה רבא סעיף קטן א, און משנה ברורה סעיף קטן ג, אין אורח חיים סימן תרפ"ו
- ↑ רבי יוסף פון דובנא, יסוד יוסף, פרק פ"א; און אזוי ברענגט אויך זיין תלמיד, רבי צבי הירש קאיידנאוור, קב הישר, פרק צ"ז
- ↑ מגילה טו, ב; ילקוט שמעוני, תהלים כב, רמז תרפ"ה
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.