אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ביראבידזשאנער שטערן"
ק (החלפת טקסט – " מיי " ב־" מאי ") |
ק (דעסקריפציע: יידיש־שפראך צייטונג אין רוסלאנד) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|יידיש־שפראך צייטונג אין רוסלאנד}} | |||
'''ביראָבידזשאַנער שטערן''' איז אַ צייטונג, וועלכע ערשיינט אין דער שטאָט [[ביראָבידזשאַן]] פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד. | '''ביראָבידזשאַנער שטערן''' איז אַ צייטונג, וועלכע ערשיינט אין דער שטאָט [[ביראָבידזשאַן]] פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד. | ||
שורה 25: | שורה 26: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ביראבידזשאנער שטערן]] | [[he:ביראבידזשאנער שטערן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 02:30, 20 אקטאבער 2023
ביראָבידזשאַנער שטערן איז אַ צייטונג, וועלכע ערשיינט אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד.
געשיכטע
די צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" האָט אָנגעהויבן צו ערשיינען אין נאָוועמבער 1930 אַלס אָרגאַן פון אַדמיניסטראַציע פון דעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן אויטאָנאָמען ראַיאָן, וועלכער איז געגרינדעט געוואָרן אין אויגוסט פון דעם זעלבן יאָר. אַ סך ייִדישע איבערוואַנדערער, וועלכע זענען געקומען אין יענער צייט אויפן סאָוועטישן ווייטן מזרח, האָבן ניט געקענט קיין אַנדערע שפּראַכן, חוץ אידיש, און אַ ייִדישע צייטונג איז געווען נויטיג. כדי אָרגאַניזירן אַ פּאָליגראַפישע באַזע פאַר "ביראָבידזשאַנער שטערן", האָט איר ערשטער רעדאַקטאָר יענקל לעווין באַקומען ביי סאָוועטישע מאַכט-אָרגאַנען אַ ערלויבעניש זיך ווענדן נאָך הילף צו דער ייִדישער קהילה פון כאַרבין, וואוּ זענען אין יענער צייט דערשינען ייִדישע ביכער און צייטונגען. די באַקומענע פון כינע פּאָליגראַפישע אויסשטאַטונג און ייִדישע שריפטן זענען געוואָרן דער טעכנישער יסוד פון דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", וועלכע איז דערשינען די ערשטע צייט דריי מאָל אַ וואָך מיט אַ טיראַזש פון 2000 עקזעמפּלאַרן.
נאָך יענקל לעווינען איז דער רעדאַקטאָר פון דער צייטונג געוואָרן הענעך קאַזאַקעוויטש, דער פאָטער פונעם באַוואוּסטן שריפטשטעלער עמנואל קאַזאַקעוויטש. אויך עמנואל קאַזאַקעוויטש אַליין האָט א געוויסע צייט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פון "ביראָבידזשאַנער שטערן". דעם 7טן מאי 1934 האָט דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער אויטאָנאָמער ראַיאָן באַקומען אַ העכערן אַדמיניסטראַטיוון סטאָטוס – די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט, און "ביראָבידזשאַנער שטערן" איז געוואָרן די צענטראַלע געגנטליכע צייטונג און האָט אָנגעהויבן ערשיינען 5 מאָל אַ וואָך. דער טיראַזש איז געהעכערט געוואָרן ביז 4 טויזנט עקזעמפּלאַרן. אין די יאָרן פון דער סאָוועטיש-דייטשישער מלחמה (1941 – 1945) איז "ביראָבידזשאַנער שטערן" פאראייניגט געווען מיט דער רוסישער געגנטליכער צייטונג "ביראָבידזשאַנסקאַיאַ זוועזדאַ". פאַקטיש זענען אין דער רוסישער צייטונג דערשינען באַזונדערע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש.
אין מאי 1945 האָט "ביראָבידזשאַנער שטערן" ווידער אָנגעהויבן צו ערשיינען ווי אַ באַזונדערע צייטונג. אין סוף 1940ער - אָנהייב 1950ער יאָרן זענען אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, ווי אינעם ראַטנפאַרבאַנד בכלל, פאָרגעקומען אַנטיסעמיטישע רדיפות. אַ טייל פון די רעדאַקציע-מיטאַרבעטער פון "ביראָבידזשאַנער שטערן" בראש מיטן רעדאַקטאָר דעם שרייבער בוזי מילער זענען אַרעסטירט געוואָרן. מען האָט זיי באַפרייט בלויז נאָך סטאַלינס טויט. "ביראָבידזשאַנער שטערן" איז אָבער ניט פאַרמאַכט געוואָרן ביז 1961, ווען ס'איז געגרינדעט געוואָרן דער מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", איז אָט די צייטונג געווען די איינציקע ייִדישע פּעריִאָדישע אויסגאַבע אינעם ראַטנפאַרבאַנד. אין 1980 האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַלוינט די צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" מיטן אָרדען "זנאַק פּאָטשאָטאַ" ("ערע-צייכן") לכבוד איר 50טן יאָרטאָג. אין דער מיט פון די 1980ער יאָרן, ווען דער רעדאַרטאָר פון "ביראָביזשאַנער שטערן" איז געוואָרן לעאָניד שקאָלניק, איז די צייטונג געוואָרן אַ באַדייטנדיקע טריבונע פון דער ייִדישער קולטור אינעם ראַטנפאַרבאַנד. אויף אירע שפּאָלטן האָבן זיך געדרוקט מחברים פון אויסער דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. איין מאָל אַ וואָך האָט "ביראָבידזשאַנער שטערן" פאַרעפנטליכט אַ ליטעראַטור-זייטל.
יעצטיקע לאַגע
היינט-צו-טאָג ערשיינט "ביראָבידזשאַנער שטערן" איין מאָל אַ וואָך (מיטוואָך). די צייטונג ערשיינט איבערהויפּט אויף רוסיש מיטן טיטל און צוויי זייטלעך אויף יידיש. אַ טייל פון רוסיש־שפּראַכיגע מאַטעריאַלן פון דער צייטונג זענען געווידמעט דער קולטור, דער געשיכטע און די רעליגיִעזע טראַדיציעס פונעם ייִדישן פאָלק. די היינטיגע הויפּט־רעדאַקטאָרין פון "ביראָבידזשאַנער שטערן" איז יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ.
דרויסנדע לינקס
- דער ייּדישער טייל אויפן וועבזייטל פון "ביראבידזשאנער שטערן"
- "ביראָבידזשאַנער שטערן" אויפן אָפיציעלן וועבזייטל פון דער יידישער אויטאָנאָמער געגנט (אויף רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!