אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם מנחם דאנציגער"
(אפדעיט פון ויקפידיה) |
ק (החלפת טקסט – "ריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]" ב־"ריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]]") |
||
שורה 67: | שורה 67: | ||
[[קאַטעגאָריע:אלעקסאנדער]] | [[קאַטעגאָריע:אלעקסאנדער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם]] | [[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]] | [[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אברהם מנחם דנציגר]] | [[he:אברהם מנחם דנציגר]] |
רעוויזיע פון 18:50, 27 אויגוסט 2023
געבורט |
ג' תמוז ה'תרצ"א לאדז', פוילן | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
י"ז אדר ב' ה'תשס"ה בני ברק | ||||
כינוי | "אמרי מנחם" | ||||
מקום קבורה | בית החיים פאנאוויטש | ||||
טעטיגקייט אָרט | אלכסנדר | ||||
דינאסטיע | אלכסנדר | ||||
קינדער | זיבן | ||||
|
רבי אברהם מנחם דאנציגער (ג' תמוז ה'תרצ"א - י"ז אדר ה' ה'תשס"ה) איז געווען דער פריערדיגער אלכסנדר רבי, און דער זעקסטער אין דער דינאסטיע, ער האט געדינט אלס רבי צווישן די יארן "תשל"ג - תשס"ה" (1973 - 2005), און איז געווען א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
לעבענסגעשיכטע
ער איז געבוירן אין דער שטאט לאדזש צו זיין פאטער רבי יהודה משה דאנציגער, שפעטער דער פינפטער אלכסנדר רבי, דער איידעם פון רבי בצלאל יאיר דאנציגער פון אלכסנדר, דער דריטער ברודער פונעם בעל "ישמח ישראל" און דער בעל "תפארת שמואל".
אין יאר -1933 האט ער עולה געווען פון פוילן קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער און זיי האבן זיך באזעצט אין ירושלים. נאך דעם חורבן, אין וועלכע רוב אלכסנדר חסידים זענען אויסגע'הרג'עט געווארן אין פוילן, אין שפיץ פון דער בעל "עקידת יצחק", האבן די שארית הפליטה פון די חסידים, געקרוינט זיין פאטער רבי יהודה משה צו איבערנעמען די הנהגה, (ווערט גערופן אויפן נאמען פון זיין ספר 'אמונת משה' וואס איז געדרוקט געווארן נאך זיין פטירה).
ער האט געלערנט אין ישיבת בית יוסף נאווהארדאק אין ירושלים, ביי רבי בן ציון ברוק, און ביי רבי יוסף דינקעליס.
ווען עס איז געקומען די צייט האט ער חתונה געהאט מיט מרת אסתר לאה, טאכטער פון רבי חנניה יוסף היילפרין, גרינדער און רב פון בית הכנסת ליובאוויטש - חב"ד אין דער בית ישראל געגענט אין ירושלים, זעקסטער דור צו רבי שניאור זלמן מליאדי, דער בעל התניא, גרינדער פון חסידות חב"ד.
נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין די אינגעלייט כולל נעבן דער טשעבינער ישיבה אונטער דער פירערשאפט פון רבי דוב בעריש וויידנפעלד, דער טשעבינער רב.
אין חודש אדר תשל"ג, נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער געקרוינט געווארן אלס רבי. אין זיין צייט האט דאס אלכסנדר הויף זיך צעוואקסן און עס זענען געגרינדעט געווארן פרישע אלכסנדר שטיבלעך אין אמעריקע און אין אייראפע.
רבי אברהם מנחם איז געווען א איש קדוש און מפורסם אלס א אפענער בעל מופת און פועל ישועות ביי וועם מען האט געזען וואונדערליכע זאכן און מופתים.
אין יאר תשמ"ט האָט ער אויך אָנגעהויבן דינען אלס אַ מיטגליד פונעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל און איז געווען פאררעכנט ווי איינער פון די רעכטע מיטגלידער פונעם ראַט.
אין יאר תשמ"ד האבן עטליכע חסידים זיך אפגעטיילט צוליב א קריגעריי צווישן די מנהלי המוסדות, און נאך א שטיק צייט האבן זיי געקרוינט הרב יחיאל מנחם זינגער, אן אייניקל פונעם תפארת שמואל אלס אדמו"ר פון אלכסנדר-בארא פארק.
ער איז נפטר געווארן י"ז באדר תשס"ה און איז באגראבן געווארן אויפן פאנעוויטשער בית החיים אין בני ברק. זיין רעביצין, מרת אסתר לאה, איז נפטר געווארן אין שבת כ"ה כסלו תשס"ז (דעצעמבער 2006).
נאך זיין פטירה איז זיין עלטסטער זון, רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, געקרוינט געווארן אלס דער זיבעטער רבי אין דער אלכסנדר דינאסטיע.
זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארען אין זיין ספר "אמרי מנחם".
קינדער
- זיין זון רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, דער היינטיגער אלכסנדר רבי.
- זיין טאכטער חיה סלבה ע"ה, געוועהן פארהייראט צו הרב מאיר האלפערט.
- זיין טאכטער מלכה, פארהייראט צו הרב דב זונענבאנד, ראש כולל מעייני הישועה און מחבר הספרים "נחל זרד".
- זיין טאכטער שרה איטה, פארהייראט צו רבי חיים שאול טאוב, דער מודזיצ'ער רבי.
- זיין טאכטער ציפורה פארהייראט צו רבי יעקב פרענקל, בוטשאנער רבי.
- זיין זון הרב שניאור זלמן, וואוינט אין קליוולאנד אין אמעריקע.
- זיין זון הרב יחיאל, וואוינט אין בני ברק.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!