אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:העניך אקערמאן"
({{יתום}}) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022
העניך (הענעך) אַקערמאַן (מאָלינעץ, בעסאַראַביע, 6טן אָקטאָבער 1901 – ניו-יאָרק, 8טן סעפּטעמבער 1970) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט.
לעבנסגעשיכטע
העניך אַקערמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף מאָלינעץ פונעם כאָטינער אוּיעזד פון דער בעסאַראַבער גובערניע אין דער רוסלענדישער אימפּעריע (איצט אין אוקראַיִנע). ער האָט זיך געלערנט אינעם שטעטל כאָטין. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין 1919 אין דער קעשעווענער צײַטונג "דער מאָרגן". אין 1920 האָט העניך אַקערמאַן עמיגרירט קיין אַמעריקע. ער האָט זיך געדרוקט אין פאַרשיידענע ייִדישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס פון די פאַרייניקטע שטאַטן: "פעדער", "אויפגאַנג", "גרויסער קונדס", "גערעכטיקייט", "אַמעריקאַנער", "פרײַער אַרבעטער-שטימע" און "קינדער-זשורנאַל". אין 1932 איז העניך אַקערמאַן געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "פאָרווערטס", וווּ ער האָט געפירט די זונטיק-רובריק "שטויגנדיקע געשיכטעס פון אמתן לעבן", צומאָל אונטערן פּען-נאָמען "אַ מאָלינעצער". זינט 1934 האָט העניך אַקערמאַן געאַרבעט אין דער ניו-יאָרקער צײַטונג "טאָג".
זײַנע ביכער
- לידער און פּראָזע, טשערנאָוויץ, 1920.
- רעפלעקסן. לידער (צוזאַמען מיט זעליק דאָרפמאַן און משה שטאַרקמאַן), ניו-יאָרק, 1932.
- כ'בין קיימאָל נישט אַוועק פון דער היים, תל-אָביב, 1962.