אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תקופת רב אדא"

137 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
ק
←‏מקור און אידענטעטעט: הגהה, אינערליכע פארבינדונגען
ק (←‏אריינפיר: הגהה)
ק (←‏מקור און אידענטעטעט: הגהה, אינערליכע פארבינדונגען)
שורה 5: שורה 5:
די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן, און מ'טרעפט עס די פריסטע אין אן אראבישן חיבור פון יאר ד'תקפ"ד.
די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן, און מ'טרעפט עס די פריסטע אין אן אראבישן חיבור פון יאר ד'תקפ"ד.


==מקור און אידענטעטעט==
==מקור און אידענטיטעט==
תקופת רב אדא ווערט געברענגט אין די ראשונים בשם זיינס א ברייתא וואס איז היינט פארלוירן{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי}}. די פריהסטע ראשונים וואס ברענגען עס זענען "ספר העיבור" פון רבי אברהם בן חייא הנשיא{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי}}, און "ספר האלקושי" פון רבי יעקב בן שמשון א תלמיד פון רש"י{{הערה|כתב יד 692/6 אין די בולדיאנער ביבלעטעק, אראפ געברענגט דורך יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}, ביידע געשריבן אין שנת ד'תתפ"ג. פריער איז עס דערמאנט דעווארן אין "מחברת העיבור" פון רבי יצחק בן ברוך אלבאליה וואס איז געשריבן געווארן ארום ד'תת"כ. דער ספר איז אויך פארלוירן, אבער עס ווערט ציטירט דורך רבי אברהם בן חייא הנשיא אין ספר העיבור.
תקופת רב אדא ווערט געברענגט אין די ראשונים בשם זיינס א ברייתא וואס איז היינט פארלוירן{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא, מאמר שלישי שער רביעי}}. די ערשטע ראשונים וואס ברענגען עס זענען "ספר העיבור" פון רבי אברהם בן חייא הנשיא{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא, מאמר שלישי שער חמישי}}, און "ספר האלקושי" פון רבי יעקב בן שמשון א תלמיד פון רש"י{{הערה|כתב יד 692/6 אין דער בודליאנער ביבליאטעק, געברענגט דורך יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}, ביידע געשריבן אין שנת ד'תתפ"ג. פריער איז עס דערמאנט געווארן דורך רבי יצחק בן ברוך אלבאליה אין "מחברת העיבור", א ספר וואס איז געשריבן געווארן ארום ד'תת"כ און איז אויך פארלוירן, אבער ווערט ציטירט דורך רבי אברהם בן חייא הנשיא אין ספר העיבור.


די עלטסטע פארבליבענע געשריבענע מקור פאר תקופת רב אדא איז דווקא א חיבור פון א נישט-איד, דער באקענטער אראבישער מאטאמאטיקער מוחמד אל ח'ואריזמי וואס שילדערט דער אידישע לוח און ווייסט צו דערציילן אז זייערע זון-יאר איז לאנג 365 טעג 5 שעה און 3891/4104 פון א שעה{{הערה|איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), '''אסופות''' א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח}}.
דער עלטסטער שריפטליכער מקור צו תקופת רב אדא איז דווקא א חיבור פון א נישט-איד, דער באקאנטער אראבישער מאטעמאטיקער [[אל־כוואריזמי|מוכאמאד איבן מוסא אל־כוואריזמי]], אין וועלכע ער שילדערט דעם אידישן לוח און ווייסט צו דערציילן אז זייער זון-יאר איז לאנג 365 טעג 5 שעה און 3891/4104 פון א שעה{{הערה|איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), '''אסופות''' א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח}}.


עס זענען געווען כאטש צוויי אמוראים וואס האבן געהייסן רב אדא בר אהבה{{הערה|{{בבלי|תענית|כ|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=אמר ליה}}}}. אין ספר יוחסין{{הערה|רבי אברהם זכות, '''ספר יוחסין''', ווארשא, תרל"ו, זייט 79}} און צמח דוד{{הערה|רבי דוד גאנז, '''צמח דוד''', ווארשא, תרי"ט, זייט 58}} ווערט אנגענומען אן אז תקופת רב אדא איז פון די ערשטע רב אדא בר אהבה, א תלמיד חבר פון רב און שמואל וואס האט געלעבט ארום שנת ד' אלפים. ווידער רבי משה חיים רימיני שרייבט אז ער איז דער צווייטער, א תלמיד פון רבא וואב האט געלעבט ארום שנת ד'ק', גאר נאנט צו די צייט ווען הלל החמישי האט מייסד געווען די חשבון פון דער לוח, ווייל דאן (אין יאר 489 אדער 506{{הערה|יעקב לעווינגער, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 162}}) האט זיך די אסטראנאמישע תקופה געטראפן מיט תקופת רב אדא{{{{הערה|רבי משה חיים רימיני, '''מחר חדש''', פירינצי, תקנ"ד, דף ד}}.
עס זענען געווען ווייניגסטענס צוויי אמוראים וועלכע האבן געהייסן רב אדא בר אהבה{{הערה|{{בבלי|תענית|כ|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=אמר ליה}}}}. אין ספר יוחסין{{הערה|רבי אברהם זכות, '''ספר יוחסין''', ווארשא, תרל"ו, זייט 79}} און צמח דוד{{הערה|רבי דוד גאנז, '''צמח דוד''', ווארשא, תרי"ט, זייט 58}} ווערט אנגענומען אז תקופת רב אדא איז פון דער ערשטער רב אדא בר אהבה, א תלמיד-חבר פון [[רב (אמורא)|רב]] און [[שמואל (אמורא)|שמואל]] וואס האט געלעבט ארום שנת ד' אלפים. ווידער רבי משה חיים רימיני שרייבט אז ער איז דער צווייטער, א תלמיד פון [[רבא]] וואס האט געלעבט ארום שנת ד'ק', גאר נאנט צו די צייט ווען [[הלל נשיאה]] האט אוועקגעשטעלט דער חשבון פון דעם באשטימטן לוח, ווייל דאן (אין יאר 489 אדער 506{{הערה|יעקב לעווינגער, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 162}}) האט זיך די אסטראנאמישע תקופה געטראפן מיט תקופת רב אדא{{הערה|רבי משה חיים רימיני, '''מחר חדש''', פירינצי, תקנ"ד, דף ד}}.


==די תקופה און די עיבור יארן==
==די תקופה און די עיבור יארן==