אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:היפאטענוז"
ק (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q104962 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:38, 22 נאוועמבער 2022
א היפאטענוז איז די לענגסטע זײַט פון א גראָד-ווינקל דרייעק, די זײַט אנטקעגן דעם גראד ווינקל. די לענג פונעם היפאטענוז קען מען רעכענען מיטן פיטאגאראס פרינציפ, לויט וואס דער קוואדראט פון דער לענג פונעם היפאטענוז איז גלײַך צום באטרעף פון די קוואדראטן פון די צוויי אנדערע זײַטן.
צום ביישפיל, ווען איינע פון די אנדערע זײַטן איז לאַנג 3 מעטער (מיט קוואדראט , 9 מ²) און די צווייטע איז לאנג 4 מ (מיט קוואדראט , 16 מ²). די סומע פון די צוויי קוואדראטן איז 25 מ². די לענג פונעם היפאטענוז איז דער קוואדראט ווארצל דערפון, ד"ה 5 מ.
דאס ווארט היפאטענוז שטאַמט, לויט טייל מקורות, פון גריכיש ὑποτείνουσα (היפאטיינוזא), א צוזאמענשטעל פון היפא- ("אונטער") און טייניין ("ציען").[1]
רעכענען דעם היפאטענוז
געוויינטלעך רעכענט מען דעם היפאטענוז מיט דער קוואדראט ווארצל פונקציע. אז מען שטעלט x = c1 און y = c2 צו אויסמײַדן נידעריגשריפטן:
רעפערענצן
- ↑ Schwartzman, Steven The Words of Mathematics, An Etymological Dictionary of Mathematical Terms used in English, Published by the Mathematical Association of America.