אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאזיר"
ק (החלפת טקסט – "טשערנאבל" ב־"טשערנאביל") |
ק (החלפת טקסט – "ש"ן" ב־"ש"נ") |
||
שורה 48: | שורה 48: | ||
מאזיר האט אמאל געהאט א גרויסע באפעלקערונג פון אידן. אין דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]] האבן די [[נאצי]] דערמארדעט אסאך אידן אין מאזיר. די היינטיגע שטאט האט עטליכע אנדענקען צו דער טביחה. | מאזיר האט אמאל געהאט א גרויסע באפעלקערונג פון אידן. אין דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]] האבן די [[נאצי]] דערמארדעט אסאך אידן אין מאזיר. די היינטיגע שטאט האט עטליכע אנדענקען צו דער טביחה. | ||
ביי די לעצטע 15 יאר אונטער די [[קאמוניסטן]], פון תשל"ה ביז תש" | ביי די לעצטע 15 יאר אונטער די [[קאמוניסטן]], פון תשל"ה ביז תש"נ, האבן די מערהייט פון די געבליבענע אידן עמיגרירט, קיין [[ישראל]] און [[אמעריקע]]. | ||
רעוויזיע פון 11:19, 23 יולי 2023
|
מאזיר (בעלאַרוסיש: Мазы́р, [maˈzɨr]; פּויליש: Mozyrz; רוסיש: Мо́зырь, [ˈmozɨrʲ]) איז א שטאט אין האמעל פראווינץ פון בעלארוס אויפן פריפעט בערך 210 ק"מ מזרח פון פינסק, 77 ק"מ מערב פון האמעל און 100 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאביל. די באפעלקערונג איז 112,500 (2009). מאזיר איז א צענטער פון נאפט ראפינירן, בויען מאשינען און עסן פראצעסירן אין בעלארוס. ער האט איינע פון די גרעסטע נאפט ראפינעריעס אין בעלארוס, וואס פאמפעט 18 מיליאן מעטרישע טאנען א יאר.
דער רעכטער ברעג פונעם פריפעט טייך איז אסאך העכער ווי דער לינקער ברעג (ביז 80 מעטער).
מאזיר האט אמאל געהאט א גרויסע באפעלקערונג פון אידן. אין דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאצי דערמארדעט אסאך אידן אין מאזיר. די היינטיגע שטאט האט עטליכע אנדענקען צו דער טביחה.
ביי די לעצטע 15 יאר אונטער די קאמוניסטן, פון תשל"ה ביז תש"נ, האבן די מערהייט פון די געבליבענע אידן עמיגרירט, קיין ישראל און אמעריקע.
באפעלקערונג
יאר | אידישע באפעלקערונג | באפעלקערונג סה"כ | % אידן | הערות |
---|---|---|---|---|
1897 | 5631[1] | 8076 | 69.73% | רוסישער צענזוס 1897 |
1927 | ~6000 | 14300 | 42% | סאוועטן צענזוס פון 1927[2] |
1939 | 6307 | 17500 | 36.04% | אידישע באפעלקערונג פאר דער צווייטער וועלט מלחמה[3] |
1970 | 4300 | 48000 | 8.96% | סאוועטן צענזוס פון 1970. באפעלקערונג געפאלן נאך דער חורבן אייראפע און אימיגראציע צו גרעסער שטעט, למשל מינסק, מאסקווע און לענינגראד נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.[4] |
1979 | 3600 | 105882 | 3.40% | סאוועטן צענזוס פון 1979. די אידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע אידן אין ישראל און אמעריקע[4] |
1989 | 3200 | 128000 | 2.50% | סאוועטן צענזוס פון 1989. די אידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע אידן אין ישראל און אמעריקע[4] |
1999 | 565 | 114000 | 0.50% | די אידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוועטישע אידן אין ישראל און אמעריקע[4] |
2004 | <500 | 111500 | 0.45% |
באקאנטע איינוואוינער
- רבי חיים יצחק טווערסקי, לאיעווער רבי (טשערנאביל)
- רבי משולם זוסיא טווערסקי, טשערנאבילער רבי אין בני ברק
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מאזיר |
- סאטעליט בילד פון מאזיר (פון גוגל מאפעס). מען זעט גאנץ קלאר די שפאלטטאלן.
- Сайт горада Мазыр (רוסיש)
- Cities of Belarus:Mozyr
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!