|
|
| שורה 12: |
שורה 12: |
|
| |
|
| ווען איז ער געווען 16, האט ער אנגעהויבן צו לערנען דויערהאפטיג מיט זיין זיידן רבי מנחם מענדל פון באהוש, וועלכן האט ער זייער שטארק באווונדערט, און וועלכער האט געהאט א שטארקע אויסווירקונג אויף זיין ערציאונג און אויף דער פארמירונג פון זיין פערזענליכקייט. | | ווען איז ער געווען 16, האט ער אנגעהויבן צו לערנען דויערהאפטיג מיט זיין זיידן רבי מנחם מענדל פון באהוש, וועלכן האט ער זייער שטארק באווונדערט, און וועלכער האט געהאט א שטארקע אויסווירקונג אויף זיין ערציאונג און אויף דער פארמירונג פון זיין פערזענליכקייט. |
|
| |
| ==ציונות און עליה==
| |
| אין עלטער פון 18 יאר איז ער געווען טעטיג אלס א לייטער אין דעם נעסט פון דער ציוניסטישער באוועגונג "השומר הצעיר" וואס פלעגט ווירקן צווישן די אנדערע אויך אין דעם שטעטל באהוש, זיין וואוינארט. ער האט באיינפלוסט אויף פילצאליגע יוגנדליכע, קינדער פון זיין זיידנ'ס חסידים וועלכע האבן זיך דערווייטערט פון [[תורה]] און [[מצוות]], און ער האט זיי מקרב געווען. זיינע זיידעס וואס האבן געוואוסט איבער דער דאזיגער טעטיגקייט, האבן נישט אנטקעגענגעשטעלט דערצו.
| |
|
| |
| ווערענד דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]] האט ער זיך צוזאמען אינאיינעם מיט זיין זיידנ'ס (פון באהוש) משפחה, אריבערגעצויגן אין דער [[הויפטשטאט]] [[בוקארעסט]], דארט וואו האט פארוויילט זיין פעטער, רבי יצחק פרידמאן, וועלכער איז שפעטער געווארן דער פערטער באהושער רבי, נאך זיין זיידנ'ס פטירה. דארט האט ער אויך אנטייל גענומען אין אונטערערדישער ציוניסטישער אקטיוויטעט אונטער דער פירערשאפט פון הרב ישראל לבנון וועלכער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד.
| |
|
| |
| אין לויף פון זיין וויילונג אין בוקארעסט איז אהינגעקומען די משפחה פונעם [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניצער]] רבי, [[חיים מאיר האגער]], דער "אמרי חיים", וועלכע איז ארויסגעשמוגלט פון [[אונגארן]] אין יאר [[ה'תש"ד]]. דארט האט ער אויך קענענגעלערנט זיין צוקונפטיגע ווייב, מרת [[ציפורה פרידמאן (בן שלום)|ציפורה]], די יונגסטע טאכטער פונעם אמרי חיים. זי האט באשלאסן בייצוטרעטן זיין פלאן, זיך באזעצן אין [[ארץ ישראל]], און ממשיך זיין צו באיינפלוסן און מקרב זיין די יוגנד וועלכע פלעגט ער מקרב זיין אין באהוש.
| |
|
| |
| [[טעקע:ר' ישראל פרידמן.jpg|קליין|לינקס|רבי ישראל פרידמאן אין זיינע לעצטע יארן]]
| |
|
| |
| אין יאר [[1946]] זענען ביידע ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און חתונה געהאט. זיי זענען געווען פון די גרינדערס פונעם "רשפים" קיבוץ, וועלכער געפינט זיך אין דעם בית שאן [[טאל]]. זיי האבן דארט געוואוינט 18 יאר. אין לויף פון דער [[אומאפהענגיגקייט מלחמה|אומאפהענגיגקייט קריג]] האט ער זיך אקטיווליך באטייליגט אין דער שלאכט וואס האט געקעמפט קעגן די [[איראק|איראקישע]] מאכטן וועלכע זענען אנגעקומען פון [[ירדן]] . ער האט געארבעט אין א קו-שטאל און שפעטער אלס א פאסטוך אין דעם "עין חרוד" קיבוץ. שפעטער איז ער געווען א וועגווייזער פון די "עלית הנוער" באוועגונג גרופן, און זיין הויפטזעכליכע באשעפטיגונג איז געווען אין דעם ערציאונג'ס געביט.
| |
|
| |
| רבי ישראל און זיין ווייב מרת ציפורה האבן געלעגענטליך געדינט אלס סעקרעטארן פונעם קיבוץ. אין דער זעלבער צייט האבן זיי "באהאלענערהייט" געטון מצוות און רבי ישראל האט ווייטער געדאוונט און געלערנט תורה אין זיין שטוב. גלייכצייטיג האט ער געהאלטן פארהעלטניש מיט זיין פאטער און פעטער וועלכע האבן געוואוינט דעמאלטס אין [[תל אביב]]. די [[בר מצווה]] פון זיין עלטסטן זון הרב מנחם מענדל משה לייב איז אפגעהאלטן געווארן אין תל אביב ביים פעטער.
| |
|
| |
| ווען זיין שווער דער וויזשניצער רבי איז קראנק געווארן, איז זיין ווייב מרת ציפורה אריבערגעצויגן צו וואוינען אין [[בני ברק]], אום צו קומערן אויף איר פאטער דער רבי, און האט מיטגענומען מיט זיך אירע צוויי קליינע קינדער [[הושע פרידמאן (בן שלום)|הושע]] און שמואל. נאך וואוינענדיג א האלב יאר אין בני ברק, האט זי נישט געוואלט צוריקצוקערן צום פרייען קיבוץ, און האט ענטשיידעט בייצוטרעטן דעם רעליגיעזן קיבוץ "סעד". רבי ישראל שלום יוסף איז געבליבן אין זיין פעדאגאגישן בארוף פאר דעם קומענדיגן אנדערהאלב יאר צוזאמען אינאיינעם מיט די צוויי עלטערן זון מנחם מענדל משה לייב און ירמיהו. די משפחה האט זיך געווענליך פאראייניגט אויף [[שבת|שבתים]] אין דעם "סעד" קיבוץ.
| |
|
| |
| אין יאר [[1964]] האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן אין [[מארסיי]], [[פראנקרייך]] צוליב א שליחות אויפגאבע אין אויפטראג פון דער ציוניסטישער אגענטור. רבי ישראל שלום יוסף האט דעמאלטס געטוישט זיין נאכנאמען פון פרידמאן צו "בן שלום". אין מארסיי האט ער אונטערגעריכטעט [[אידישקייט]], און האט ערלעדיגט א אונטערשטיצנדיגע דעמאנסטראציע אין [[ישראל|מדינת ישראל]] איידער די [[זעקסטאגיגע מלחמה|זעקסטאגיגע קריג]] האט אויסגעברויכן. נאך דער מלחמה האט די פרידמאן-בן שלום משפחה זיך ווידער צוריקגעקערט אין ארץ ישראל, און האט זיך ווידער באזעצט אין דעם "סעד" קיבוץ.
| |
|
| |
| רבי ישראל האט אנגעפאנגען צו לערנען אקאדעמישע שטודיען אין זיינע פערציגערס. אין יאר [[ה'תשמ"א]] האט ער ערהאלטן א [[דאקטאראט]] וועלכער האט ער אדורכגעפירט אין דער שולע פאר וויסנשאפט פון אידישקייט, אן אפטיילונג פונעם תל אביבער אוניווערסיטעט. די טעמע פונעם דאקטאראט איז געווען: "[[בית שמאי]] און זיין פלאץ אין דער פאליטישער און געזעלשאפטליכער פון ארץ ישראל אין דעם [[1טער י"ה|ערשטן יאהונדערט]] צו דער ציילונג". נאכהער פלעגט ער אונטעריכטן עטליכע יארן אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט, און שפעטער איז אריבער צום בן גוריון אוניווערסיטעט אין דעם [[נגב]], דארט וואו האט ער אונטערגעריכטעט איבער די געשיכטע פונעם אידישן פאלק, נעמליך, איבער דער עפאכע פון בית שני, [[משנה]] און [[תלמוד]]. ער האט פארגעצעזט אונטעריכטן אפילו נאכדעם וואס איז ער שוין ארויס צו פענסיע. גלייכצייטיג פלעגט ער אויכעט פארלערנען אין דעם פיליאל פון דער "ספיר" אקאדעמיע וועלכע געפינט זיך נעבן [[שדרות]].
| |
|
| |
|
| ==זיינע לעצטע יארן== | | ==זיינע לעצטע יארן== |