אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חיה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב"
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:חיה די טאכטער פון ר' נחמן מברסלב צו רוי:חיה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "ר' נחמן" ב־"רבי נחמן") |
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]") |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] |
רעוויזיע פון 18:01, 20 דעצעמבער 2023
חיה איז געווען די דריטע טאכטער פון דעם באקאנטן צדיק רבי נחמן מברסלב.
חיה איז געבוירן ראש חודש אדר אין יאהר ה'תקס"א, ר' נחמן האט דאן געוואוינט אין דעם שטעטל זלאטיפאלי. ווען זי איז געבוירן האט איהר ר' נחמן נישט געגעבן קיין נאמען, עס איז אריבער צוויי וואכן און קיין נאמען האט ער איהר נישט געגעבן. עס איז געווען אויפאלנד, און דער תלמיד פון ר' נחמן חייקל חזן איז אריין צום רבי'ן און איהם געפערגט פאר וואס ער גיט נישט קיין נאמען, ר' נחמן האט דאך נישט געוואלט געבן, האט איהם ר' חייקל געזאגט רבי די וועלט וועט שוין האבן נאך וואס צו רעדן קיין נאמען גיט מען שוין אויך נישט, ער האט געמיינט צו זאגן די וועלט קריגט דאך אסאך אויף ר' נחמן וועט מען יעצט שוין האבן נאך א זאך פארוואס צו קריגן, האט ר' נחמן געזאגט נו זאל זי הייסן חיה. און אזוי האט מען טאקע איהר א נאמען געגעבן חיה.
פונקט יענעם טאג, איז אנגעקומען די ידיעה אז דעם רבינ'ס מאמע פייגא איז געשטארבן אין מעזשביזש, האבן דאן אלע חסידים פארשטאנען אז ר' נחמן האט נישט געוואלט געבן א נאמען, ער האט געווארט מען זאל שוין וויסן אז זיין מאמע איז געשטארבן און דאן וועט ער קענען געבן א נאמען נאך איהר, אבער אזוי ווי ר' חייקל האט געמוטשטעט האט ער איהם נאכגעגעבן, ווייל דער סדר פון ר' נחמן איז געווען ער האט אלץ נאכגעגעבן, ער האט קיינמאל זיך נישט גע'עקשנ'ט, ר' חייקל האט זיך דאן באקלאגט אויף זיך אליין און געזאגט ביז ווען וועל איך זיך אלץ מישן ביים רבין.
איהר הויזגעזינד
זי האט חתונה געהאט מיט ר' אהרן פון זלאטיפאלי. זי האט געהאט א קינד נחמן, א תלמיד פון רבי נתן מברסלב, מען פלעגט איהם רופן רבי נחמן בן חיה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!