אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יצחק טוביה רובין"
ק (רבי פייפלינקס) |
ק (החלפת טקסט – "ריע:צאנז]]" ב־"ריע:צאנז|װ]]") |
||
שורה 53: | שורה 53: | ||
{{גרונטסארטיר:רובין, יצחק טוביה}} | {{גרונטסארטיר:רובין, יצחק טוביה}} | ||
[[קאַטעגאָריע:צאנז]] | [[קאַטעגאָריע:צאנז|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ראפשיץ]] | [[קאַטעגאָריע:ראפשיץ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אידן]] | [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אידן]] |
רעוויזיע פון 18:02, 27 אויגוסט 2023
רבי יצחק טוביה רובין זצ"ל (י"ג תמוז ה'תרי"ח - ט"ו תמוז ה'תרפ"ז) פון צאנז
אפשטאם
רבי יצחק טוביה איז געבוירן אין דאמבראווא דינסטאג נאכט י"ג תמוז ה'תרי"ח, צו זיין פאטער פון הרב מאיר רובין, פון גלאגאוו, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, (אן איידעם פון הרב מאיר ראטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר
הסתלקות
רבי יצחק טוביה איז נפטר געווארן ט"ו תמוז ה'תרפ"ז. ער ליגט אין אוהל פון זיין שווער - דער צאנזער רב.
פאמיליע
זונטאג ח' כסלוה'תרכ"ג - ביי די פיר און א האלבן יאר - איז רבי יצחק טוביה געווארן פארלויבט מיט מרת נחמה א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב, די תנאים זענען געווען אין צאנז זונטאג ג' אדר ב' ה'תרכ"ז. די חתונה איז פארגעקומען זונטאג נאכט י"ז כסלו ה'תרל"ג.
(דער פשעווארסקער רבי, רבי יעקב לייזער האט דערציילט[1] אז ער האט געהערט פון רבי לייביש טאמאשאווער, א זון פון רבי יצחק טוביה, אז דער צאנזער רב האט באשטימט די זמן חתונה אין זעלבן טאג וואס רבי יצחק טוביה איז בר מצוה געווארן, ער זאל אנהייבן לייגן טלית אין תפילין צוזאמען, לויט דעם שטימט נישט די דאטום'ס). זייערע קינדער:
- הרב צבי הירש ליב רובין (ה'תרס"ג (אומגעפער) - ה'תרפ"ח (אומגעפער) ), פון מישליניץ.
- הרב שלמה רובין (ה'תרע"ב - ד' מנחם אב ה'תש"א), ער האט געהייראט מרת ברכה א טאכטער פון הרב בן-ציון האלבערשטאם רב אין באבוב.
- הרב צבי הירש רובין-האלבערשטאם מישלניצער רבי אין ניו יארק.
- מרת מרים יוטא.
- הרב אהרן שמואל רובין הי"ד.
- הרב חיים דוד רובין ( - ה'תרח"ץ, רבי אין אנטווערפן.
- מרת מירל הי"ד, די ווייב פון הרב סיני דאכנער פון איוואניטש.
- מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב ברוך האגער פון ווישאווא, פון וויליאמסבורג.
- מרת הענא.
- הרב שלמה רובין (ה'תרע"ב - ד' מנחם אב ה'תש"א), ער האט געהייראט מרת ברכה א טאכטער פון הרב בן-ציון האלבערשטאם רב אין באבוב.
- הרב אשר ישעיה רובין הי"ד, ממלא מקום פון שווער, רב אין זשמיגראד נאכהער אין צאנז, אן איידעם פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין זשמיגראד.
- הרב בנימין זאב רובין הי"ד, רבי אין טשענסטעכאוו.
- הרב יחיאל צבי הירש רובין הי"ד (ה'תרס"ט - ה'ת"ש (אומגעפער) ) אן איידעם פון הרב שלום רוקח פון ליביטשאוו.
- הרב יוסף מנחם רובין הי"ד, דיין אין דינאוו, ער האט געהייראט מרת לאה זיסל א טאכטער פון הרב נפתלי טייטלבוים, רב אין נירבאטור.
- הרב אריה לייביש רובין (ה'תרמ"א - כ"ו אייר ה'תש"ב) פון ציעשינאוו און טאמאשאוו, באקאנט אלס רבי לייביש'ל טאמאשאווער. ער האט געהייראט מרת חנה רחל א טאכטער פון הרב שמחה ישכר בער האלבערשטאם, רב אין ציעשינאוו.
- הרב משה אליקים בריעה רובין פון צאנז
- מרת חיה די ווייב פון הרב חיים אלכסנדר ראזענפעלד
- מרת מרים די ווייב פון הרב יחיאל מיכל שפירא פון קרימא
זעט אויך
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ י"ג אורות מערכת צאנז פרק ט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!