אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הרב יאשע בער סאלאווייטשיק"
ק (רבי פייפלינקס) |
ק (החלפת טקסט – "ריע:אמעריקאנער רבנים]]" ב־"ריע:אמעריקאנער רבנים|װ]]") |
||
שורה 30: | שורה 30: | ||
{{גרונטסארטיר:סאלאווייטשיק, יוסף דוב}} | {{גרונטסארטיר:סאלאווייטשיק, יוסף דוב}} | ||
[[קאטעגאריע:אמעריקאנער רבנים]] | [[קאטעגאריע:אמעריקאנער רבנים|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:רבנישע לויים]] | [[קאַטעגאָריע:רבנישע לויים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:ליטווישע רבנים]] |
רעוויזיע פון 18:11, 27 אויגוסט 2023
הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק | |
הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק | |
געבורט | י"ב אדר תרס"ג |
---|---|
טויט | י"ח ניסן תשנ"ג (אלט: 90) |
הרב יוסף דוב "יאשע בער" הלוי סאלאווייטשיק (י"ב אדר תרס"ג, 1903 - י"ח ניסן תשנ"ג, 9טן אפריל 1993), א רב, א אריגענאלער דענקער און פילאזאף, פון די אנפירער פון מזרחי, און פון די פירער פון דעם ארטאדאקסישן אידנטום אין אמעריקע. ער איז געווען איינער פון די גרעסטע רעדנער און לעקטארן אויף יידיש. זיין יידיש (ליטווישער דיאלעקט) איז געווען רייך, טיף און אלאסטיש.
געבוירן אין היינטיגן בעלארוס צו זיין פאטער הרב משה סאלאווייטשיק, האט ער געלערנט אין וואלאזשין, ביי די 22 יאר איז ער געגאנגען שטודירן אין אוניווערסיטעט אין בערלין די עיקר האט ער געלערנט פילאזאפיע, אין 1932 באקומען די באשיינונג. אין דער צייט האט ער אויך געלערנט א יאר אין דעם רבנים סעמינאר אין בערלין, באקענענדיג זיך מיט דער בערלינער שיטה פון תורה מיט דרך ארץ.
אום 1931 האט ער חתונה געהאט און אין 1932 איז ער געפארן קיין אמעריקע קיין באסטאן דארט איז ער אויפגענומען געווארען אלס רב אנקלאפנדיג זיך אין אומוויסענדהייט און אפגעפרעמדעטקייט פון אידישקייט פון די אמעריקאנער אידן ער האט געעפנט א תלמוד תורה, אין 1935 איז ער געגאנגען באזוכן ארץ ישראל ער האט זיך דארט געטראפן מיט הרב קוק אין דער צייט פון זיין באזוך איז ער געלאפן פאר דער שטעלע פון רבנות אין תל אביב אבער נישט געווינען. הרב משה אביגדור עמיאל איז ערוועלט געווארען דאס איז די איינציגסטע באזוך זיינע אין ארץ ישראל. אום 1959 האט ער נישט געוואלט לויפן פארן רבנות אמט פון ארץ ישראל רב הראשי אפילו ס'איז געווען א זיכערער געווינס,
נאך דער פטירה פון זיין טאטן, הרב משה סאלאווייטשיק, אין 1941 האט ער איבערגענימען די ישיבה אוניווערסיטעט און דארט איז ער געזיצען 40 יאהר געבענדיג שיעורים און אנפאנג אין אידיש אין טוישענדיג צו ענגליש און 1960, ער פלעגט פארלערנען זייער טיפער שיעורים אויף די בריסקער גאנג פון זיין זיידען רבי יאשע בער, ער איז געווען אקטיוו אין די הסתדרות הרבנים פון אמעריקא די (RCA)
נאכן חורבן איז ער געווארן די פירער פון מזרחי ביז זיין לעצטן טאג, צוביסלעך איז ער געווארן די ענדגילטיגער פירער פון דער מאדערן ארטאדאקס שטרעמונג, און טויזנטער האבן געשטראמט צו זיינע שיעורים, וואו ער פלעגט אסאך ניצן פילאזאפישע געדאנקען.
משפחה
זיין טאכטער עטרה האט געהייראט פראפעסאר רבי יצחק אשר טווערסקי, טאלנער רבי אין באסטאן. זייער זון, משה איז געווען ראש כולל אין תורת משה, ירושלים; ער איז אומגעקומען אין דער קהילת בני תורה שחיטה כ"ה מרחשון תשע"ה.
זיין טאכטער טובה האט געהייראט הרב אהרן ליכטנשטיין, ראש ישיבה פון הר עציון. זייער זון הרב יצחק ליכטנשטיין איז א ראש ישיבה אין תורה ודעת, ברוקלין.
דרויסנדע לינקס
שיעורים (אין פארמאט ram) אויף פורים און מגילת אסתר, חלק א, וחלק ב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!