אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שעלדאן סילווער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (8))
ק (דעסקריפציע)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=American politician (1944–2022)|העב=פוליטיקאי אמריקאי|}}
{{אנפירער
{{אנפירער
| בילד = NYS Assembly Speaker Sheldon Silver (6162420311).jpg
| בילד = NYS Assembly Speaker Sheldon Silver (6162420311).jpg
שורה 46: שורה 47:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|8]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|8]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 22:45, 23 אקטאבער 2023

שעלדאן סילווער
NYS Assembly Speaker Sheldon Silver (6162420311).jpg
119'טער ספיקער פון ניו יארק אסעמבלי
11 פעברואר 19942 פעברואר 2015
טעקע:Shely silver.jpg
שעלדאן סילווער

שעלדאן סילווער (געב' דעם 13טן פעברואר 1944 - 24סטן יאנואר 2022) איז דער געוועזענער פארזיצער אויף דער דריט־ צו צווייט־גרעסט מאכטפולסטער פאזיציע אינעם שטאַט פון ניו יארק, ער האט געדינט אלס ספיקער פון דער אסעמבלי הויז אין אלבאני. דאס האט אים געשטעלט בראש פון אלע דעמאקראטן פון ניו יארק.

ער איז געווען א פרומער ארטאדאקסישער איד, וואס גייט בלויסן קאפ צוליב זיין ארבעט. ער דינט ווי ראש הקהל פון דער ביאליסטאקער קהילה אין איסט סייד וואס זיין טאטע האט דאס נאך געדינט.

אין אסעמבלי

ער האט געדינט אין דעם ניו יארק שטאַט אסעמבלי ניין און דרייסיג יאר פונעם ערשטן יאנואר 1977 ביז דעם דרייסיגסטן נאוועמבער 2015

דעם עלפטן פעברואר 1994 איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער הונדערט און נייצנטן אסעמבלי ספיקער פון ניו יארק וואו ער האט געדינט איין און צוואנציג יאר – עלף טערמינען.

אלע זיינע יארן אין אמט האט ער זייער שטארק ארויסגעהאלפן די יודישע געמיינדע מיט אלע זייערע אלגעלעגנהייטן,

קרימינאלע אויספארשונג

אום 22סטן יאנואר 2015 איז סילווער ארעסטירט געווארן אויף קארופציע קלאגעס,

זיין טרייעל איז פארגעקומען במשך נאוועמבער 2015, אום דרייסיגסטן נאוועמבער איז געפינען געווארן שילדיג דורך די דזורי אויף זיבן קלאגעס,

דעם דריטן אין מאי 2016 האט עם א ריכטער געאורטיילט צו צוועלף יאר טורמע און א קנס פון פינף מיליאן דריי הונדערט טויזנט דאללאר,

זיינע אדוואקאטן האט אפעלירט די אורטייל, דעם דרייצנטן יולי 2017 האט די אפילס געריכט איבערגעדרייט די אורטייל און עם פריי געלאזט.

שפעטער איז פארגעקומען א פרישע געריכט ווי ער איז דעם עלעווטן אין מאי 2018 ווידער געפינען געווארן שילדיג אין אלע קלאגעס און די ריכטערן האט אים פאראוטיילט צו זיבן יאר טורמע, פינף יאר ווייניגער ווי זי האט עם געגעבן די ערשטע מאל, נעמענדיג אין באטראכט זיין הויכע עלטער,

סילווער האט געדארפט אריינגיין די טורמע דעם פיפטן אין אקטאבער 2018 אבער זיינע אדוואקאטן האבן אפילט די ארטייל אין ער איז ארויסגעלאזט געווארן אויף צווי הונדערט טויזענט דאלער בעיל,

דעם איין אין צוואנציגסטן יאנואר 2020 האט די אפילס געריכט ארויסגעווארפן דריי קלאגעס אבער געלאזט די איבריגע פיר און עס צוריקגעשיקט צום געריכט ווי ער איז פאראורטיילט געווארן דאסמאל צו זעקס אהאלט יאר טורמע און א מיליאן דאללאר שטראף,

אריין אין טורמע

דעם 26סטן אויגוסט 2020 איז ער אריין אין שער אטיסוויל טורמע אין אפסטעט ניו יארק.

פרעזידענטליכע פארדאן סאמאטוכע

א טאג פאר פרעזידענט טראמפ איז ארויס פון אפיס האבן עטליכע שלעכטע געהילפער פון טראמפ געליקט צו די מידיע אז די פרעזידענט וויל עם פארדאנען, מיטן ציל אז די מידיע זאל אנהייבן רידערן דערקעגן, און אזוי איז טאקע געווען, ס'איז אנשטאנען א שטוינענדע העצעריי קעגן עם באפרייען און טראמפ האט זיך טאקע אפגעהאלטן פון עם פארדאנען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!