אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלעזר הורוויץ (גראדזיסק)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1))
ק (החלפת טקסט – "[[אליעזר הורוויץ" ב־"[[רבי אליעזר הורוויץ")
שורה 3: שורה 3:
==אפשטאם==
==אפשטאם==


'''רבי אלעזר''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרמ"א]], צו זיין פאטער הרב '''[[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]]''', ''דער פלאנטשער רב'', א זון פון הרב [[משה הורוויץ]], ''דער [[ראזוואדאוו]]ער רב'', א זון פון הרב [[אליעזר הורוויץ]] רב אין [[דזשיקאוו]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב '''בצלאל פילזנער''' אדער וויינבערגער.
'''רבי אלעזר''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרמ"א]], צו זיין פאטער הרב '''[[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]]''', ''דער פלאנטשער רב'', א זון פון הרב [[משה הורוויץ]], ''דער [[ראזוואדאוו]]ער רב'', א זון פון הרב [[רבי אליעזר הורוויץ]] רב אין [[דזשיקאוו]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב '''בצלאל פילזנער''' אדער וויינבערגער.


==רבנות==
==רבנות==

רעוויזיע פון 16:31, 14 דעצעמבער 2023

רבי אלעזר הורוויץ זצ"ל (ה'תרמ"א - ו' כסלו ה'תש"ג), דער גראדזיסקער רב.

אפשטאם

רבי אלעזר איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"א, צו זיין פאטער הרב אברהם חיים הורוויץ, דער פלאנטשער רב, א זון פון הרב משה הורוויץ, דער ראזוואדאווער רב, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב בצלאל פילזנער אדער וויינבערגער.

רבנות

אין יאר ה'תרנ"ז (אומגעפער), נאך וואס רבי אלעזר האט געהייראט, איז ער געפארן קיין בוקאווסק נעמען ביי זיין שווער שימוש (פראקציע) אין הוראה און קבלה, אין יאר ה'תרס"ט איז ער געווארן רב אין גראדזיסק. ביים ערשטן וועלט קריג איז ער אוועק קיין טארנא, דארט האט מען אים אויפגענומען אלס דיין, און ער האט זיך געעפענט דארט א בית המדרש. אין יאר ה'תרע"ט נאך זיין פאטערס פטירה, האט ער איבערגענומען דאס פירן רביסטעווע. ער איז געווען שטארק אנגענומען, אויך פון קאנגרעס פוילן איז מען געקומען זעהן זיין וואונדערליכע עבודה. ער האט אנגעפירט מיט א ישיבה, ווי ער האט געזאגט אליין שיעורים.

הסתלקות

ביים צווייטן וועלט קריג האט רבי אלעזר זיך אויסבאהאלטן אין א בונקער ווען די נאציס ימ"ש האבן אים געטראפן, איז געווען זיין לעצטער וואונטש, מ'זאל אים ברענגען זיין פאטערס טלית און העמדל, מיט א שרעקליכען אויסשריי "שמע ישראל" איז רבי אלעזר דערשאסן געווארן ו' כסלו ה'תש"ג, הי"ד.

פאמיליע

אין עלטער פון זעכצן יאר האט רבי אלעזר געהייראט מרת הינדא מלכה א טאכטער פון הרב מאיר יהודה שפירא רב אין בוקאווסק. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!