אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאיר זעליג ריספלער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "וועבלינקען" ב־"לינקס")
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (0))
צייכן: צוריקגעשטעלט
שורה 25: שורה 25:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|0]]

רעוויזיע פון 11:34, 24 אפריל 2023

מאיר זעליג ריספלער (תש"ה – כ"ח תשרי תשפ"א) איז געווען א חסידישער פילאנטראפ און ביזנעסמאן פון וויליאמסבורג, וועלכער איז געווען א גרויסער בעל צדקה, און האט סוף ימיו געדינט עטליכע יאר אלס ראש הקהל פאר קהילת סאטמאר פון מהר"א.

לעבנסגעשיכטע

מאיר זעליג איז געווען א זון פון יחיאל מיכל ריספלער, א נייטרא תלמיד. מאיר זעליג האט טאקע אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיט דער נייטרא קהילה, און געדינט אלס ראש הקהל.

ער האט גאר שטארק מצליח געווען מיט זיין חשבון־פירעריי ביזנעס, וואו ער האט פארדינט אסאך געלט; און ער פלעגט פארטיילן מיליאנען דאלאר פאר צדקה, ספעציעל פאר די ארוינים.  לויט געוויסע באריכטן האט ער מנדב געווען אזויפיל ווי צוואנציג מיליאן דאלער.

נאך דער טראגישער פטירה פון דעם סאטמארער ראש הקהל יצחק ראזענבערג, איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס ראש הקהל, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן בערך דריי און א האלב יאר.

נאך סוכות תשפ"א, איז ער אנגעשטעקט געווארן מיט'ן קאראנאווירוס, און ער האט זיך געפונען אין שפיטאל עטליכע וואכן, בעת פילע אידן האבן געדאווענט פאר זיין רפואה.  פרייטאג פון בראשית תשפ"א, איז ער נפטר געווארן אין עלטער פון 75 יאר. זיין פטירה איז געקומען ווי א שטארקן שאק פאר חסידי סאטמאר, דערנאך וואס קוים עטליכע וואכן בעפאר איז ער געווען אקטיוו און אנגעפירט מיט זיצונגען און פארהאנדלונגען.

דרויסנדיגע לינקס

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!