אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נאציאנאלע ביבליאטעק פון שוועדן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
ק (אויסדרוק)
שורה 1: שורה 1:
די '''נאציאנאלע ביבליאטעק פון שוועדן''' ({{שפראך-sv| Kungliga biblioteket}} ''קונגליגאַ ביבליאטעקעט''  – טייטש די  קעניגליכע ביבליאטעק) זאמעלט און שפארט אלע קלאנגען, בילדער און געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט אראריסגעגעבן אין [[שוועדן]].
די '''נאציאנאלע ביבליאטעק פון שוועדן''' ({{שפראך-sv| Kungliga biblioteket}} ''קונגליגאַ ביבליאטעקעט''  – טייטש די  קעניגליכע ביבליאטעק) זאמעלט און שפארט אלע קלאנגען, בילדער און געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט אראריסגעגעבן אין [[שוועדן]].
[[טעקע:National Library of Sweden.jpg|קליין|נאציאנאלע ביבליאטעק פון שוועדן]]
די זאמלונגען פון דער ביבליאטעק זענען  אפן פאר אלע, אבער די טעטיגקייט  איז קודם פאר  דער וועלט פון פארשער. דער מאטעריאל  פון דער  שוועדישער זאמלונג איז  נישט ערלויבט צו ווערן געבארגט אהיים  אוּּּּּּן מוז ווערן שטודירט אין דער ביבליאטעק. דאס רוב פונעם  מאטעריאל  איז געהאלטן אין א מאגאזין און  מ'מוז אים פאראויס באשטעלן.
די זאמלונגען פון דער ביבליאטעק זענען  אפן פאר אלע, אבער די טעטיגקייט  איז קודם פאר  דער וועלט פון פארשער. דער מאטעריאל  פון דער  שוועדישער זאמלונג איז  נישט ערלויבט צו ווערן געבארגט אהיים  אוּּּּּּן מוז ווערן שטודירט אין דער ביבליאטעק. דאס רוב פונעם  מאטעריאל  איז געהאלטן אין א מאגאזין און  מ'מוז אים פאראויס באשטעלן.



רעוויזיע פון 18:45, 23 אויגוסט 2023

די נאציאנאלע ביבליאטעק פון שוועדן (שוועדיש: Kungliga biblioteket קונגליגאַ ביבליאטעקעט – טייטש די קעניגליכע ביבליאטעק) זאמעלט און שפארט אלע קלאנגען, בילדער און געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט אראריסגעגעבן אין שוועדן. די זאמלונגען פון דער ביבליאטעק זענען אפן פאר אלע, אבער די טעטיגקייט איז קודם פאר דער וועלט פון פארשער. דער מאטעריאל פון דער שוועדישער זאמלונג איז נישט ערלויבט צו ווערן געבארגט אהיים אוּּּּּּן מוז ווערן שטודירט אין דער ביבליאטעק. דאס רוב פונעם מאטעריאל איז געהאלטן אין א מאגאזין און מ'מוז אים פאראויס באשטעלן.

די ביבליאטעק געפינט זיך אין צענטראלן שטאקהאלם.

די זאמלונגען

אין די זאמלונגען פון דער ביבליאטעק זענען פאראן מער ווי 20 מיליאנען אביעקטן. אחוץ ביכער זענען פאראן אויך אפישן, בילדער, האנטשריפטן און רעקלאמדרוקערייען. די אוידאוויזועלע זאמלונג באשטייט פון מער ווי 7 מיליאנען איינגעשפילטע שעה'ען.

די ביבליאטעק פארוואלטעט פארשוינארכיוון פון צווישן אנדערע אסטריד לינדגרען, אויגוסט סטרינדבערג און דאג האמארשעלד.

פליכטצושטעלונג

וועדליג דעם היינטיגן פליכטצושטעלונגגעזעץ מוז דער אויסגעבער פון געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט צושפרייט ווערן איבער שוועדן איינשיקן איין עקסעמפלאר פון יעדן ווערק צו דער נאציאנאלביבליאטעק און זעקס אנדערע פארשונגסביבליאטעקן. אויסגעבער פון פילם, מוזיק, טעלעוויזיע אדער ראדיא מוזן אויף א דערגלייכן אופן שיקן קאפיעס פאר דער ביבליאטעק. אבער אין געוויסע פאלן איז דאס אבליגאטאריש פאר בלויז א טייל פון די זענדרנגען.

דער געזעץ שטאמט פון דער קאנסליארדנונג אין 1661, ווען עס איז געווארן א געזעץ, אז אלע בוכדרוקער זאלן אריינשיקן צוויי עקסעמפלארן פון יעדן שריפט וואס זיי האבן געדרוקט. איינער פון די עקסעמפלארן זאל ווערן געגעבן דעם ריקסארכיוו און דער צווייטער דער נאציאנאלביבליאטעק. דער געזעץ איז אייגענטלעך געשאפן געווארן צו קאנטראלירן דעם אפיניאן איידער צו האלטן דאקומענטן פאר דער צוקונפט.

קאאפעראציע צווישן די ביבליאטעקן

די נאציאנאלביבליאטעק איז פאראנטווארטלעך פאר געבן אינפארמאציע צו די העכערע אויסבילדונג און פארשונג. דאס הייסט צו פארהאנדלען צווישן אלעס וועגן צענטראלע טראקטאטן כדי צו מאכן דעם צוגאנג צו פארשיידענע דאטע–באסען לייכטער.

די ביבליאטעק קאארדינירט א צאל פון עקספערט– און קאמפעטענסגרופן וואס ארבעטן מיט ענינים בנוגע די וועלט פון ביבליאטעקן. צום ביישפיל דיגיליזאציעס, סיסטעמען פון קלאסיפיקאציע און דעם געמיינזאמען קאטאלאג ליבריס.

מע ארבעט אויך אויס אויסבילדונגען און שטיצט פראיעקטן וועלכע זענען רעלאטירט צו ביבליאטעקן.

אינסטאנץ

די נאציאנאלביבליאטעק איז אן אינסטאנץ פון דער מלוכה וואס האט א אונטערשטעלוננ צו דעם אויסבילדונגסדעפארטעמענט.

פארשונגסביבליאטעק

די נאציאנאלביבליאטעק איז אויך א הומאניסטישע ביבליאטעק, וואס קויפט אריין פארשונגסליטעראטטור אויף פארשיידענע שפראכן.

באזוך

די נאציאנאלביבליאטעק ליגט אינעם פארק הומלעגארדען אין צענטראלער שטאקהאלם. די ביבליאטעק איז אפן פאר עפנטלעכגייט. ווער איז מער ווי 18 יאר אלט און קען זיך לעגיטימירן קען באשטעלן מאטעריאל פון די זאמלונגען. עס איז פאראן באזאנדערע כללים פאר פארשוינען וועלכע וואוינען נישט אין שוועדן אדער האבן נישט קיין שוועדישן פערסאן־נומער.

דרויסנדע לינקס

59°20′17″N 18°04′19.75″E / 59.33806°N 18.0721528°E / 59.33806; 18.0721528 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!