אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבערדין"
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==") |
ק (דעסקריפציע: שטאט אין סקאטלאנד) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|שטאט אין סקאטלאנד}} | |||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|נאמען= אַבערדין | |נאמען= אַבערדין | ||
שורה 78: | שורה 79: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אברדין]] | [[he:אברדין]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 02:25, 20 אקטאבער 2023
|
אַבערדין (ענגליש: Aberdeen; סקאטס: Aiberdeen; שאָטישע גאַליק: Obar Dheathain) איז די דריטע מערסטע באפעלקערטע שטאט אין סקאטלאנד, מיט א געשאצטער באפעלקערונג פון 220,420. די שטאט געפינט זיך אין צפון־מזרח סקאטלאנד ביים צוזאמענפלוס ווי די די און דאן טייכן פליסן אריין אין צפון ים. די שטאט האט א לאנגע זאמדיקע בארטן־ליניע.
די שטאט האט צוויי אוניווערסיטעטן, דער אוניווערסיטעט פון אבערדין, געגרינדעט אין 1495, און ראבערט גארדאן אוניווערסיטעט, וואס האט באקומען אוניווערסיטעט סטאטוס אין 1992. די טראדיציאנעלע אינדוסטריעס זענען פישעריי, שיפבויעריי און טעקסטיל, אבער היינט זענען די הויפט אינדוסטריעס נאפט און דער ים־פארט.
היסטאריע
במשך די מלחמות פון סקאטישער אומאפהענגיגקייט איז אבערדין געווען אונטער ענגלישער הערשאפט, דערפאר האט ראבערט דער ברוס באלעגערט אבערדין שלאס און האט אים פארטיליגט אין 1308, דערנאך האט ער אוסגעהרגעט דעם ענגלישן גארניזאן. די שטאט איז פארברענט געווארן דורך עדווארד דער דריטער פון ענגלאנד אין 1336, אבער מ'האט זי שפעטער ווידערגעבויט און פארברייטערט. אין 1770 האט מען אוועקגענומען די טויערן פון דער שטאט.
רעליגיע
מען האט געעפנט די שול אין 1945.
טראנספארט
פון אבערדין פליפעלד (ABZ) אין צפון פון דער שטאט פליט מען קיין פראנקרייך, האלאנד, דייטשלאנד, שפאניע, עסטרייך און אירלאנד.
אבערדין באן סטאנציע האט אפטע באנען קיין עדינבורג, גלאזגא און אינווערנעס פון אבעליא סקאטרייל, און לאנדאן נארד איסט אייזנבאן אפערירט באנען דירעקט קיין לאנדאן. די לענגסטע באן רייזע אינעם פאראייניגטן קעניגרייך פארט פון אבערדין קיין פענזאנס 08:20 און דויערט 13 שעה מיט 23 מינוט. אלע דרומדיקע באנען פארן אדורך דאנדי.
.
צווילינג שטעט
אבערדין האט עטליכע צווילינג שטעט.[1]
- רעגנסבורג, דייטשלאנד (זייט 1955)
- קלערמאנט-פערארד, פראַנקרייך (1983)
- בולאוואיא, זימבאבווע (1986)
- סטאוואנדזשער, נאָרוועגיע (1990)
- האמעל, בעלאַרוס (1990)
רעפערענצן
- ↑ "Twinning Aberdeen". Aberdeen City Council. Retrieved 9טן מאי 2013.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help)
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: אבערדין |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!