אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הארמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(זיי מבטל רי-ווערסיע 582231 פון 2A0D:6FC2:5430:200:43:2776:E6F0:A2AB (רעדן))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:37, 22 נאוועמבער 2022

האָרמאָן (פון די גריכיש ווארט: צו שטויסן און מאָוציע) איז דער כעמישער שליח וואס טראגט קריטישע מעלדונגען פון א צעל אדער א דריז צו די אנדערע צעלן אין מולטי-סעליולער באשעפענישן. א קליין ביסל הארמאן איז גענוג צו שאפן אן ענדערונג אין דעם ארגאניזם. אין בהמות ווען די הארמאנען אפטמאל געפירט דורכן בלוט. א הארמאן קען גיין אדער צו א נאנטן צעל אדער צו א ווייטן צעל.

א גרופע פון צעלן אין איין ארט וואס זייער עיקר צוועק איז צו שאפן הארמאנען ווערט גערופן א דריז. ענדאקרינע דריזן שיקן הארמאנען אינעם בלוט.

הארמאנען רעגולירן מעטאבאליזם, צי דער ארגאניזם זאל וואקסן צי נישט, ווי מען שפירט (מונטער אדער אומערט), צי מען איז הונגעריק.

וויפיל צוקער בלייבט אינעם קערפער ווערט קאנטראלירט דורכן הארמאן אינסולין.

טיפן הארמאנען

הארמאנען ווערן קלאסיציפירט אין פיר טיפן, לויט די כעמיקאלן פון וואס זיי שטאמען.