אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רייף"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:צמיג)
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
שורה 26: שורה 26:
בלאָטע-און-שניי ([[ענגליש]]: ''Mud and Snow''; אין קורצן M+S אדער M&S) איז א דעזיגנאציע וואס רייף מאכערס ניצן צו באשרייבן אלע-סעזאן און ווינטער רייפן. געווענליך ווערן זיי אויסגעפורעמט צו געבן פארבעסערטע פונקציאָנירונג אונטער נידריגע טעמפעראטורן קעגן די זומער רייפן. געווענליך ווערט די געוועב ווייכער ווי אויף רייפן באנוצט אין זומער קאנדיציעס. דאס פארבעסערט די האַלטונג אויף אייז און שניי, אבער זיי קאַליע ווערן שנעלער אין העכערע טעמפעראטורן. אזעלכע רייפן קענען האבן גאר מער שניטן אין דאס געוועב ווי געוויינטעלך צו האַלטן דעם אייז. אויף [[פיר ראדיקע טראנסמיסיע]] פארמיטלען, ''M&S'' רייפן זענען אפט סטאנדארטע געצייג.
בלאָטע-און-שניי ([[ענגליש]]: ''Mud and Snow''; אין קורצן M+S אדער M&S) איז א דעזיגנאציע וואס רייף מאכערס ניצן צו באשרייבן אלע-סעזאן און ווינטער רייפן. געווענליך ווערן זיי אויסגעפורעמט צו געבן פארבעסערטע פונקציאָנירונג אונטער נידריגע טעמפעראטורן קעגן די זומער רייפן. געווענליך ווערט די געוועב ווייכער ווי אויף רייפן באנוצט אין זומער קאנדיציעס. דאס פארבעסערט די האַלטונג אויף אייז און שניי, אבער זיי קאַליע ווערן שנעלער אין העכערע טעמפעראטורן. אזעלכע רייפן קענען האבן גאר מער שניטן אין דאס געוועב ווי געוויינטעלך צו האַלטן דעם אייז. אויף [[פיר ראדיקע טראנסמיסיע]] פארמיטלען, ''M&S'' רייפן זענען אפט סטאנדארטע געצייג.


== וועבלינקען ==
==דרויסנדע לינקס==
{{קאמאנסקאט|Tires|רייפן}}
{{קאמאנסקאט|Tires|רייפן}}



רעוויזיע פון 15:58, 21 אפריל 2023

סטויגן פון נייע אויטאמאביל רייפן מיט פארשידענע געוועב פארעמס

א רייף איז א רינג פון אן עלאסטישער מאטעריאל וואס באַדעקט א ראד. מערסט טראקט פארמיטלען און א סך אנדערע ניצן גומענע רייפן. די רייפן מאכן עס גרינגער פאר פארמיטלען צו פארן גלאַט. א טייל מעטרא באנען און טראַמען אויך ניצן גומענע רייפן ארום זייערע שטאָלענע רעדער פאר בעסערע האַלטונג ווי יענע פון אנדערע באנען.

רייפן דאַרפן ווערן פארבייט נאך וואס זייערע געוועבן וויאַנען. עס איז זייער געפערלעך צו פארן מיט אָפּגעברויכטע רייפן, ווייל די רייף קען צערייסן זיך און מאכן דעם שאָפער פארלירן קאנטראל.

אדורך טויזנטער יאר האט מען געמאכט רייפן פון לעדער, און פון אייזן אדער שטאָל אדורך הונדערטער. פּנעמאַטישע גומענע רייפן זענען געווארן גאנגבאר ביים סוף פונעם 19טער יארהונדערט.

קאנסטרוקציע

רייפן ווערן געמאכט פון פארשידענע סארטן גומע. ווייכע גומע ווערט באנוצט אין זומער אדער ווען די רעדער דארפן בעסערע האַלטונג, צום ביישפיל ווי אין אן אויטא געיעג. רייפן פון מער הארטע גומע ווערן געמאכט פאר באנוץ איבער לאנגע פעריאדן, ווי אויף לאסטאויטאס פאר לאנגע דיסטאנץ אַוועקטראָג. רייפן קומען אין פילע פארשידענע סארטן און גרייסן און האבן פארשידענע געוועב פארעמס.

די גרייסן פון אויטא און לאסטאויטא רייפן ווערן באצייכנט מיט א דריי ציפער נומער ווי 225/60R16. דער ערשטער ציפער באצייכנט די ברייט פון די רייף אין מילימעטערן ווען מאָנטירט און אָנגעבלאָזט. דער צווייטער ציפער באצייכנט די הייך פון די זייטן אלס א צוגאַנג אדער פּראָצענט פון די ברייט. דער לעצטער ציפער איז דער דיאמעטער פון די רייף אין אינטשן.

ביישפיל

רייף גרייס: 225/60R16

ברייט: 225 מילימעטערן
זייט הייך: 135 מילימעטערן
ראד דיאמעטער: 16 אינטשן

ריזיקע רייפן (צום ביישפיל, ווי אויף גרויסע מינעריי לאסטאויטאס) ניצן אנדערע איינהייטן, ווי 59/80R63. דער ערשער ציפער איז די ברייט פון די רייף אין אינטשן, דער צווייטער ציפער איז די הייך פון די זייטן אלס א צוגאַנג פון די ברייט, און דער לעצטער ציפער איז דער דיאמעטער אין אינטשן.

רייף שאדנס

היינט האבן מערסט רייפן נישט קיין אינעווייניקע רערן. עס זענען דא שניטן אינעם ראד וואס ערלויבן די רייף צו ווערן מאָנטירט און האלטן א סך לופט דרוק. אויב עס איז דא א פּאַנטשער אין די רייף קען ער נישט בלייבן אָנגעבלאָזט. רייף לעכצן זענען זייער גאנגבאר. די מערסט גאנגבארע סיבה איז א לאָך פון א נאָגל אדער שרויף. געוויינטעלך קען מען פארריכטן דאס דורך אויסלאַטען דער אינעווייניקער טייל פון די רייף צו ווידער האַלטן די לופט. עס קען נישט ווערן פארריכטן אויב דער לאָך איז אין אדער נאענט צו די זייט פון די רייף. דאס איז ווייל די זייטן ווייך ווערן צו שטיצן די וואָג פונעם פארמיטל, און קיין לאַטע איז גענוג שטארק אונטער דרוק.

בלאטע-און-שניי רייפן

בלאָטע-און-שניי (ענגליש: Mud and Snow; אין קורצן M+S אדער M&S) איז א דעזיגנאציע וואס רייף מאכערס ניצן צו באשרייבן אלע-סעזאן און ווינטער רייפן. געווענליך ווערן זיי אויסגעפורעמט צו געבן פארבעסערטע פונקציאָנירונג אונטער נידריגע טעמפעראטורן קעגן די זומער רייפן. געווענליך ווערט די געוועב ווייכער ווי אויף רייפן באנוצט אין זומער קאנדיציעס. דאס פארבעסערט די האַלטונג אויף אייז און שניי, אבער זיי קאַליע ווערן שנעלער אין העכערע טעמפעראטורן. אזעלכע רייפן קענען האבן גאר מער שניטן אין דאס געוועב ווי געוויינטעלך צו האַלטן דעם אייז. אויף פיר ראדיקע טראנסמיסיע פארמיטלען, M&S רייפן זענען אפט סטאנדארטע געצייג.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!