אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאורעות תרצ"ו–תרצ"ט"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:המרד הערבי הגדול) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
[[קאַטעגאָריע:בריטישער מאנדאט]] | [[קאַטעגאָריע:בריטישער מאנדאט]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:המרד הערבי הגדול]] | [[he:המרד הערבי הגדול]] |
רעוויזיע פון 20:13, 3 יולי 2023
מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט (אויף העברעיש אויך המרד הערבי הגדול) איז דער נאמען פון א רעוואלט וואס האט פאסירט צווישן די יארן ה'תרצ"ו - ה'תרצ"ט (1936 - 1939) אין ארץ ישראל ווען דערבריטישער מאנדאט האט געהערשט דארט, ביי די רעוואלט האבן די אראבער ארגאניזירט א קייט פון טעראר אקציעס קעגן די אידן אין ארץ-ישראל. זיי האבן געשאסן אידן אומעטום און פארברענט פיל פון זייערע פעלדער. אויך האבן זיי אטאקטירט בריטישע סאלדאטן. אין דער רעוואלט זענען געשטארבן איבער 80 אידן, 369 פארווונדעט געווארן און ארום 17,000 לאנדווירטשאפט דונאם איז פארברענט געווארן.
די סיבות פון דער רעוואלט
- דעמאלס איז געווען דער פינפטער עליה וואס האבן עמיגירט זייער א סך אידן, 300,000, קיין ארץ ישראל. דאס האט געבריינקט שטארקע צארן פאר די אראבער.
- דעם מופטי מוחאמד אמין אל חוסעיניס מוט האט זיך פארשטערקערט.
דאס ציל פון דער רעוואלט
די רעאקציע פון די אידן צור רעוואלט
אין דער אידישער יישוב איז געווען פארשידענע דעות ווי אזוי זאל מען רעקאצירן. די ציוניסטישע פירערשאפט האבן געהאלטן זאל מען איינהאלטן פון רעקאצירן מיט געווער לויט די מדיניות ההבלגה געדאנק. סיי צוליב א מאראלע סיבה נישט צו סתם מארדן אומבאשולדיגע אראבער, און סיי צוליב א פאליטישע סיבה כדי זאלן די בריטן זיך אננעמען פאר די אומבאשולדיגע אידן.
אבער פון צווייטן זייט האבן אזעלכע גע'טענות אז מען דארף יא רעאקצירן מיט געווער קעגן די אראבער, כדי צו נישט ווייזן שוואכקייט וואס וועט לאזן די אראבער זיך שטערקערן אויף די אידן.
בשעת דער רעוואלט האבן די אידן אויפגעשטעלט עטליכע לעגאלע און אומלעגאלע ארגאניזאציעס צו זיך שלאגן און פארטיידיקן די אידן פון די רעוואלט, ווייל די ארגאניזאציע "ההגנה" איז געווען צו קליין צו זיך שלאגן קעגן דער רעוואלט.
די לעגאלע ארגאניזאציעס זענען געווען: "הנוטרות" וואס איז געווען א יידישע צעמישט מיט א בריטישע פאליציי, און "ספעציעלע נאכט רינגען" וואס האבן געווען טעטיק ביינאכט צו אטאקטירן די אראבער וואס האבן זיך אויסגעפלאצט אין די יידישע ישובים אין מיטן דער נאכט.
די אומלעגאלע עקסטרימערע אגאניזאציעס וואס האבן פארארבייט אָן קיין באשטעטיגונג פון די בריטן איז געווען "הנודדת" וואס האבן ארויס אטאקטירן די אראבער איידער די אראבער זענען געקומען, און "פלוגות השדה" באוועגליכע גרופעס וואס האבן זיך געוואנדעט צו די ערטער וואס זענען געווען אטאקטירט.
פיל קאמיסיע
איינע פון די קאמיסיעס צו אויסלייזן די רעוואלט איז געווען די פיל קאמיסיע, אבער די קאמיסיע איז דורכגעפאלן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!