אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בארשא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:בורשה)
ק (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
שורה 45: שורה 45:
פארצייטנס פלעגן יודן אנרופן דאס שטעטל מיטן  צונאמען "קליין ירושלים", א נאמען וועלכע זי האט ערליך פארדינט זייענדיג א עיר מלאה חכמים וסופרים.
פארצייטנס פלעגן יודן אנרופן דאס שטעטל מיטן  צונאמען "קליין ירושלים", א נאמען וועלכע זי האט ערליך פארדינט זייענדיג א עיר מלאה חכמים וסופרים.


באקאנט זענען צווישן זיי: רבי פנחס'ל בארשער - ברודער פון [[ישראל האגער|אהבת ישראל]]; זיין זון רבי אלתר מנחם מענדל האגער פון בארשע; רבי [[יעקב צבי וואלדמאן]] רב פון בארשע; זיינע חשוב'ע זין רבי [[משה עזריאל וואלדמאן]] דער דיין און רבי ישראל; דער [[שוחט]] רבי ישראל כהנא; רבי יוסף לייפער מיט זיינע הייליגע זיהן וועלכע האבן גע'שמ'ט אלס געטליכע לייט, ציהענדיג די הייליגע נדבורנא'ער דינאסטיע. און נאך און נאך קדושי עליון.
באקאנט זענען צווישן זיי: רבי פנחס'ל בארשער - ברודער פון [[ישראל האגער|אהבת ישראל]]; זיין זון רבי אלתר מנחם מענדל האגער פון בארשע; [[רבי יעקב צבי וואלדמאן]] רב פון בארשע; זיינע חשוב'ע זין [[רבי משה עזריאל וואלדמאן]] דער דיין און רבי ישראל; דער [[שוחט]] רבי ישראל כהנא; רבי יוסף לייפער מיט זיינע הייליגע זיהן וועלכע האבן גע'שמ'ט אלס געטליכע לייט, ציהענדיג די הייליגע נדבורנא'ער דינאסטיע. און נאך און נאך קדושי עליון.


== היסטאריע ==
== היסטאריע ==

רעוויזיע פון 16:24, 4 מאי 2023

בארשע
Borșa
Borsa1.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Romania.svg רומעניע
קאָאָרדינאַטן 47°39′N 24°40′E / 47.650°N 24.667°E / 47.650; 24.667 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן מאראמאראש
בירגערמייסטער קארנעל רעמוס סטעטקא

 ‑ אין שטעטל

27,247‏  (שטייענדיג 2002)
http://www.primaria.borsa.ro/

בארשא אדער בארשע (רומעניש: Borșa, אונגאַריש: Borsa, דייטש: Borscha) איז א שטעטל וואס געפינט זיך אין מזרח מארמאראשער געגנט, צפון רומעניע, אין דעם טאל פונעם ווישעווע טייך, נישט ווייט פון אויבער ווישעווע, צווישן זימבערגן און בוקאווינא.

בעפאר דער ערשטער וועלט קריג איז בארשא - ווי גאנץ מארמאראש - געשטאנען אונטער די אונגארישע הערשאפט. ביים אויסגאנג פונעם קריג האט די פעלקער-ליגע איינגעטיילט די גרעניצן פונדאסניי. מארמאראש איז צעטיילט געווארן צווישן ראמעניא און טשעכיי, און בארשא איז אויסגעפאלן אויף דער ראמענישער זייט.

דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז די דייטשע עוועקואציע, וואס דאן האבן זיך אלע גרעניצן אומגעקערט ווי בעפאר דעם ערשטן וועלט קריג. און בארשא מיט די גאנצע געגנט זענען אריבער קיין אונגארן.

פארצייטנס פלעגן יודן אנרופן דאס שטעטל מיטן צונאמען "קליין ירושלים", א נאמען וועלכע זי האט ערליך פארדינט זייענדיג א עיר מלאה חכמים וסופרים.

באקאנט זענען צווישן זיי: רבי פנחס'ל בארשער - ברודער פון אהבת ישראל; זיין זון רבי אלתר מנחם מענדל האגער פון בארשע; רבי יעקב צבי וואלדמאן רב פון בארשע; זיינע חשוב'ע זין רבי משה עזריאל וואלדמאן דער דיין און רבי ישראל; דער שוחט רבי ישראל כהנא; רבי יוסף לייפער מיט זיינע הייליגע זיהן וועלכע האבן גע'שמ'ט אלס געטליכע לייט, ציהענדיג די הייליגע נדבורנא'ער דינאסטיע. און נאך און נאך קדושי עליון.

היסטאריע

בארשא איז געווען א שטעטל וואס האט געווירבלט מיט תורה און חסידות פארנעמענדיג א שיינעם ארט אויבן אן צווישן די חסיד'ישע שטעטלעך.

די היסטאריע פון בארשא פאנגט זיך אהן נאך פון פיל פריער, נאך פון די צייטן ווען דער בעש"ט האט זיך דארט אויפגעהאלטן. ביז היינט איז נאך פארהאנען אין בארשא א הייל וואו - לויט דער לעגענדע - האט זיך דער הייליגער בעש"ט דארט אויפגעהאלטן און עוסק געווען אין זיין עבודה.


די בארשא קמיע

פיל מעשיות און סיפורי צדיקים זענען פארבונדן מיט דעם דאזיגן הייליגן שטעטל. אסאך יארן צוריק, אין די צייטן פונעם הייליגן רבין ר' מענדעלע רימאנאווער, זענען די יודן אינעם געגנט געווען היבש פארמעגליך. און ווי פארשטענליך האבן די גוים אינעם געגנט עס נישט געקענט פארטראגן, און אלעס געטוהן צו צעשטערן זייער פרידליכן לעבן.

איינמאל איז זיי געלונגען אנצוגעבן ביי די הערשאפט א מסירה אז די יודן רויבן גאלד פונעם נאענטן פריסלאפ בארג, וועלכע זיצט אויף אוצרות פון גאלד. א גרויסער געפאר האט דאן געלויערט אויך די ארטיגע יודן, איז מען געלאפן צום רבין ר' מענדעלע אויס'פועל'ן א ישועה. דער צדיק האט באלד אפגעשריבן א קמיע, אנזאגנדיג דערביי אז מען זאל עס באהאלטן אינעם ארון הקודש פונעם שטאטישן ביהמ"ד און דאס זאל דינען אלס שמירה פאר אלע יודן פון שטעטל.

זעלבסט פארשטענדליך אז די מסירה איז אפּגעשאפן געווארן, און זינט דאך האבן די יודן אין בּארשא געלעבט במנוחה אומגעשטערט.


דער בית מדרש צוזאמען מיט די קמיע האבן דורכגעלעבט שווערע ביטערע צייטן, און דאך געבליבן אומגעשעדיגט. א פלא'דיגע געשעהעניש וועלכע באציהט זיך צו די קמיע ווערט דערציילט, אז אין יארן שפעטער אין יאר תרצ"ה ווען עס האט אויסגעבראכן א שרעקליכע שריפה וועלכע האט פארברענט א דריי פערטל בארשא, די פייער צינגען האבן איינגעשלונגען אלע הייזער ארום און אפי' דערגרייכט צו לעקן די האלצערנע געביידע פונעם ביהמ"ד! אבער דער ביהמ"ד זעלבסט איז געבליבן גאנץ מיט זיין פוהלן פּראכט.

מיט יארן שפּעטער האט מען אויפגעבויט אויפן ארט א גרויסן בית מדרש הארט נעבן דעם אלטן היסטארישן שוהל. און כאטש מערסטנס תפילות זענען פאָרגעקומען אין דער גרויסער שוהל, דאך האט מען זיך נישט געקענט גענצליך אפּשיידן פונעם בּאליבטן אלטן בית מדרש און ביי ספּעציעלע געלעגנהייטן ווי ר"ח בענטשן אדער יזכור וכדומה האט מען געדאוונט דווקא אינעם אלטן שוהל'כל.

דאס ביהמ"ד אינאיינעם מיט די קמיע האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט קריג, און דאן האט עס א יוד פון די שארית הפליטה, אן אפּשטאַמיגער פון בּאַרשא, ארויסגענומען פון ארוה"ק און גענומען מיט זיך קיין ארץ ישראל.

היינט געפינט זי זיך ביי א יוד אין בני ברק.

דאס לעבן אין בארשא

בארשא איז געווען אן אנטוויקלטע טעטיג שטעטל, וואו עס אלס געטומלט און געווירבלט מיט איינוואוינער, הענדלער און בעלי מלאכה. אין דער בארשער האנדלס-מארקעט האט מען געקענט דערגרייכן א ברייטן אויסוואל פון אלע-ערליי פראדוקטן: פון שניט ווארע קראמען ביז ווערצהייזער, שפייז געשעפטן און צאקראזדע.

פארשידענע פאבריקן און אינדוסטריע צענטערס זענען געווען אין בארשא. ווי דער סאדע-וואסער פאבריק, אדער האלץ-זעגעריי וואו מען האט אויסגעארבעט האלץ און טראנספארטירט צו אנדערע שטעט. אין בארשא איז געווען אן אפטייק, א דאקטאר און אלע צוגעהערן וועלכע פאדערן זיך פאר א שטאט.

גרויסע סטאדעס שאף האבן זיך געפיטערט איבער די פרוכטבארע פאשע-פעלדער פון בארשא, פון וועלכן מען האט פראדוצירט אלע-ערליי קעזן און מלכיגס און פארקויפט פאר די ארומיגע שטעט.

ארומגערינגלט איז בארשא געווען מיט ריזיגע שטרעקעס פון וועלדער און וועלדער וואו די קינדער פלעגן לוסטיג ארומלויפן און שפרינגען. זומער זענען זיי געקראכן אויף די ביימער, ווינטער געגליטשט אדער זיך געשליטלט אויף די אייז.

בארשא איז אויך בארימט געווען מיט איר אויג-פארכאפנדע נאטור פאנאראמע; דאס שטעטל האט זיך ווי געשיצט אונטער די הויכע גרין-באדעקטע בערג, וועמענ'ס שפיצן זענען געווען באשנניט אויך אום סאמען זומער. די בערג זענען געבענשט געווען מיט אוצרות גאלד, און צווישן זיי האבן זיך געשלענגלט לויטערע קוואלן פון רייכע מינעראל וואסער. דער ראמענישער קייסער קארל איז אמאל געקומען מיט זיין גאנצע סוויטע זיך גליטשן איבער דעם שניי-באדעקטן פריסלאפ בארג אין בארשא.

פיל יודן פלעגן דארט פארברענגען זייער זומער וואקאציע, ווייל דער פלאץ איז ספעציעל געווען געאייגנט פאר דאטשע; מיט אירע דעקוויקנדע פרישע לופט, פליסיגע קוואלן און אייגנארטיגע היילונגס-בעדער.

ארום דעם שטעטל זענען געווען אויסגעשטעלט האלצערנע ביידלעך, גרייט אויפצונעמען די פילע געסט וועלכע האבן דארט פארבראכט אין די זומער מאנאטן צאלנדיג א שיינע מטבע פאר די אייגנטומער.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!