אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אונקלוס"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:אונקלוס) |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=author of an edition of the Targum|העב=מתרגם התורה לארמית|}} | |||
'''אונקלוס''' איז געווען אַ [[גר]] און דער [[מחבר]] פון אַ [[תרגום]] (איבערזעצונג פונעם חומש אויף [[אראמיש]]). דער תרגום איז די באַקאַנטעסטע פון אַלע תרגומים; און מע' רופט אים [[תרגום אונקלוס]]. ווי די גמרא דערציילט, איז ער געווען אַ רוימישער פירשט וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ איד. | '''אונקלוס''' איז געווען אַ [[גר]] און דער [[מחבר]] פון אַ [[תרגום]] (איבערזעצונג פונעם חומש אויף [[אראמיש]]). דער תרגום איז די באַקאַנטעסטע פון אַלע תרגומים; און מע' רופט אים [[תרגום אונקלוס]]. ווי די גמרא דערציילט, איז ער געווען אַ רוימישער פירשט וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ איד. | ||
שורה 18: | שורה 19: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אונקלוס]] | [[he:אונקלוס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 21:20, 23 אקטאבער 2023
אונקלוס איז געווען אַ גר און דער מחבר פון אַ תרגום (איבערזעצונג פונעם חומש אויף אראמיש). דער תרגום איז די באַקאַנטעסטע פון אַלע תרגומים; און מע' רופט אים תרגום אונקלוס. ווי די גמרא דערציילט, איז ער געווען אַ רוימישער פירשט וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ איד.
ער האט זיך מגייר געווען אין דעם יאר ב'תת"מ. (צמח דוד).
אונקלוס איז געווען א שוועסטער קינד פון דעם גרויסן רומישן קייסער טיטוס, וואס האט חרוב געמאכט דעם בית המקדש. ער האט געוואלט פארשטיין די תורה און איז געקומען לערנען די תורה פאר הלל און שמאי, האבן זיי אים געזאגט דו וועסט נישט פארשטיין די תורה נאר אויב די ביסט זיך מל. האט ער דאס געטוהן (זוהר פר' אחרי).
ווען ער האט זיך געוואלט מגייר זיין האט ער מורא געהאט פון זיין פעטער טיטוס אז ער וועט אים הרג'נען האט ער אים געפרעגט א קשיא איך וויל פאהרן האנדל'ן מיט וואס זאל אים מאכן ביזנעס ? זאגט אים זיין פעטער זיך א סחורה וואס איז ביליג ביי דער וועלט ווייל עס וועט אמאהל טייער ווערן, איז ער געגאנגען און האט זיך מגייר געווען, ווען זיין פעטער האט אים געפרעגט פארוואס האסטו עס געטוהן? האט ער געזאגט דו האסט מיר געגעבן די עצה, ווייל די אידן זענען זייער ביליג ביי דער גאנצער וועלט און זיי וועלן נאר ווערן טייער (גמרא גיטין)
אונקלוס איז געווען א תלמיד פון רבי אליעזר און רבי יהושע (מגילה ג.). און זיין תרגום איז דאס וואס ער האט מקבל געווען פון זיי. די גמרא זאגט דארט אז דער תרגום אונקלוס איז געגעבן פאר אידן אויפן בארג סיני. דאס הייסט אידן האבן עס שוין געוויסט פאר אונקלוס נאר עס איז פארגעסן געווארן און אונקלוס האט עס דערמאנט שכחום וחזרו ויסדום (עיין סמ"ג עשין י"ט).
עס איז דא וואס זאגן אז ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבי גמליאל (יוחסין, אברבנאל הקדמת נחלת אבות).
ווען זיין טאטע איז געשטארבן האט ער אויך באקומען א חלק פון דער ירושה, אבער אזוי ווי די ירושה האט אויך איינגעשלאסן עבודה זרה, און דאס איז אסור בהנאה, האט ער נישט געוואלט האבן א חלק אין דעם געלד און האט אלעס געווארפן אין ים המלח (תוספתא דמאי פ"ו י"ב).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!