אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גמליאל בן פדהצור"
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט באַניצער:האט'ס אמונה/גמליאל בן פדהצור צו גמליאל בן פדהצור אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(←רעפערענצן: {{ספר במדבר}}) |
||
שורה 34: | שורה 34: | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{ספר במדבר}} | |||
[[קאטעגאריע:נשיאי שבטי ישראל]] | [[קאטעגאריע:נשיאי שבטי ישראל]] |
רעוויזיע פון 18:49, 29 מערץ 2023
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט
פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
תקופה | יציאת מצרים, דור המדבר |
---|---|
בתנ"ך |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, י; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ב, כ; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, נד; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, כג |
גַּמְלִיאֵל בֶּן פְּדָהצוּר (אדער פְּדָה צוּר[1]) איז געווען דער נשיא פון שבט מנשה, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.
לעבן און שאפן
ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט גמליאל בן פדהצור צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[2]”. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[3], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[4].
לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[5]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[6].
דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט גמליאל געפירט זיין שבט אין דער צווייטער מחנה, נאך אלישמע בן עמיהוד אונטער'ן "דגל מחנה אפרים"[7]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט שטארק שווארץ, און מצרים און אזוי אויך א וויזלטיר געצייכנט דערויף[8].
אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[9]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.
קרבנות הנשיאים
ביי די קרבנות הנשיאים, האט גמליאל בן פדהצור מקריב געווען זיין קרבן אום ח' ניסן פון צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען דער אכטער אין די רייע צו מקריב זיין, נאך אלישמע בן עמיהוד פון שבט אפרים, לויט דער סדר ווי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן און ווי זיי האבן זיך געצויגן ביי די מסעות[10]. דער מדרש דערמאנט נאך א סיבה פארוואס ער האט מקריב געווען גלייך נאך דער נשיא פון שבט אפרים:
אמר רבי עזריה, אמר לו הקדוש ברוך הוא ליוסף, אתה שמרת מצות לא תנאף, וקימת את התורה קודם שנתתיה, חייך, אין שבט מפסיק בין שני בניך בקרבן, אלא אפרים ביום השביעי, ומנשה ביום השמיני
דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון גמליאל האבן מרמז געווען קעגן יעקב וואס האט געגעבן די בכורה פאר יוסף[11].
זיין נאמען
אין מדרש ווערט ערקלערט אז זיין נאמען איז מרמז צו יוסף:
רבי מאיר ורבי יהושע בן קרחה היו דורשין את השמות וכו' גמליאל בן פדהצור. אמר יוסף, 'גמליאל', 'גמל א-ל' עמי גמולים טובים. בן פדהצור, 'פדני צור' מצרתי מבית הסהר.
— מדרש תנחומא דארט
נאך א רמז ווערט געברענגט אין די ראשונים, אז עס גייט אויף משיח בן יוסף, וואס השי"ת האט געטון א חסד מיט יוסף אז דער אויסלייזער זאל שטאמען פון אים[12].
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ אין תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ט' שטייט אז "פדהצור" איז איין ווארט און ווערט נישט צעטיילט, אבער לויט איין נוסח איז עס יא צוויי ווערטער, זעט מנחת שי, במדבר א, י
- ↑ במדבר א, טז
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז - ↑ ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
- ↑ תפארת יהונתן אויף במדבר א, טז
- ↑ במדבר י, כג
- ↑ במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
- ↑ ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו; רבינו בחיי, במדבר ב, ב
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה ה'
- ↑ רבינו אפרים, במדבר ז, נד