אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלישע בן אבויה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "זוהן" ב־"זון")
ק (הוספת קישור בינוויקי he:אלישע בן אבויה)
שורה 60: שורה 60:
   
   
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:אלישע בן אבויה]]

רעוויזיע פון 14:04, 20 אפריל 2023

אלישע בן אבויה איז געווען פון די תנאים און שפעטער אין זיין לעבן איז ער אוועק פון בית המדרש און געגאנגען צו די רומיים, זינט דאן ווערט ער אנגערופן אין תלמוד אחר. ער איז געווען דער רבי פון רבי מאיר. אינעם דור נאכן צווייטן חורבן בית המקדש.


זיין געבורט

אין ירושלמי ווערט פארציילט אז זיין פאטער אבויה איז געווען א גרויסע רייכער מאן, אין די צייטן ווען די בית המקדש איז געשטאנען, ווען עס איז געווען דעם ברית פאר אלישע האט זיין טאטע געמאכט א גרויסע סעודה, ער האט געלאדענט אלע חשובע עשירים און חכמים, עס איז דארט אנוועזענד געווען די גרויסע עשירים נקדימון בן גוריון בן ציצית הכסת כלבא שבוע, אויך די חכמים ווי רבן יוחנן בן זכאי. נאך די סעודה האט ר' יוחנן בן זכאי מיט זיינע חברים גע'דרש'ט אין תורה און פון גרויס הייליגקייט האט א פייער ארום גענומען זייער שטוהלן, ווען אבויה האט געזעהן דעם כח פון תורה האט געמאכט א נדר אז זיין זון אלישע וועט אויך זיין אזא חכם (ירושלמי מס' חגיגה וקה"ר). אבער וויבאלד ער האט מקדיש זיין זון פאר תורה צוליב דעם גרויסן כבוד התורה נישט ווייל מען דארף לערנען לשם שמים ווייל השי"ת הייסט אזוי, איז אלישע ארויס לתרבות רעה. די מפורשים זאגן אז דעריבער האט מען נישט געשטעלט קיין מימרא פון אים אין ש"ס בלויז איין משנה אין מסכת אבות אלישע בן אבויה אומר הלומד ילד למה הוא דומה, ווייל דארט ווערט מבואר אז מען זאל לערנען תורה בטהרה לשם שמים און נישט לקנתור.


זיין כח אין תורה

אלישע איז געווען זייער גרויס אין תורה, זיין חכמה און פקחות איז געווען באוואוסט איבעראל, ער האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד ר' מאיר איף האב געמאסטן די פיס פון מיין פערד, און איך זעה פונקטליך וויפיל טריט זי איז געגאנגען.

דער מדרש (רו"ר פ"ו) זאגט אז ווער ער פלעגט זאגן א דרשה אין לשכת הגזית אבער אין די שטאט טבריא זענען אלע חכמים שטיל געווארן יעדער האט געוואלט הערן וואס דער קלוגער תלמיד חכם אלישע זאגט. מה דאך אין טבריא און אין לשכת הגזית איז אזוי געווען כל שכן אין אנדערע פלעצער ווי עס זענען נישט געווען אזוינע חכמים. זענען זיי זיכער בטל געווארן פאר אלישע.

ער ווערט גערעכנט פון די פיר וואס זענען נכנסו לפרדס. אין טיפע סודות התורה און מעשה מרכבה (חגיגה יד.) די גמרא זאגט דארף אז דורך דעם וואס ער האט נישט משיג געווען די סודות וואו עס דארף צו זיין דעריבער איז ער געווארן א אפיקורוס.

אלישע איז געווען בשעת מען האט חרוב געמאכט דאס בית המקדש.

זיינע קשיות

די גמרא פארציילט (חגיגה טו.) אז אלישע איינמאל האט געזען ווי א טאטע הייסט פאר זיין קינד מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן, דאס קינד האט געפאלגט אבער אינמיטן מקיים זיין די מצוה איז ער גע'הרג'עט געווארן, האט אלישע געפרעגט די מצוה פון כיבוד אב איז דאך מסוגל מען זאל לאנג לעבן ווי עס שטייט כבד את אביך למען יאריכון ימיך, היכן אריכות ימיו של זה, ווי דער אריכות ימים פון דעם קינד ?.

אויך האט ער געזען ווי איינער איז מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן, ער האט גענומען א לייטער און איז ארויף געקראכן אויף א הויכן פלאץ און האט אוועקגעשיקט די מוטער און דאס קינד גענומען צו זיך, אבער ער האט זיך אויסגעגליטשט און איז גע'הרג'עט געווארן האט אלישע געפרעגט ביי די מצוה פון שילוח הקן שטייט דאך למען יאריכון ימיך ווי איז זיין אריכות ימים ? אויך האט געזעהן ווי איינער איז עובר אויף די מצוה, ער קריכט אויף א לייטער ער נעמט די קינדער פאר דעם וואס ער שיקט אוועק די מוטער, און עס האט אים גארנישט פאסירט, איז ער געווארן דערויף זייער אויפגעקאכט, און דעריבער איז ארויס לתרבות רעה.

זאגט ר' עקיבא ווען אלישע זאל וויסן די אמת'ע פשט פון למען יאריכון ימיך וואלט ער נישט ארויס צו שלעכטס, ווייל למען יאריכון ימיך מיינט מען זאל זוכה זיין צו רועהן אין לעכטיגן גן עדן, מען זאל האבן דארט לאנגע טעג, נהנה זיין פון זיו השכינה, נישט לעבן לאנג אויף די וועלט, די וועלט איז פיל מיט צרות עס איז נישט ווערט מען זאל לאנג לעבן.

ווען די רוימער האבן געהרג'ט די ערליכע צדיקים פון אידן, האט דאס אלישע זייער פארקלעמט דאס הארץ, עס האט אים וויי געטון פארוואס ארץ נתנה ביד רשעים, פארוואס קומט זיך דאס פאר ערליכע אידן זאלן ליידן אזויפיל, איינמאל האט ער געזען ווי די רוימער פייניגן דעם גרויסן צדיק ר' חוצפית המתורגמן, זיי האבן אים געווארפן פאר די הונט און די הינט האבן געריסן שטיקער, מיטאמאל האט ער געזען ווי א הונט האלט די צונג פון ר' חוצפית האט אלישע געזאגט פה המתגבר בתורה ילכך עפר, א מויל וואס האט זיך געשטארקט אין תורה זאל לעקן ערד (קידושין לט: וחולין בסוף).

זיין החלטה

די מפורשים (זעה הכותב בע"י) זענען מסביר אז דאס איז געקומען וויבאלד אלישע איז געווען געוואוינט אז די כבוד און געלד איז ביי אידן, זיין טאטע איז געווען א גרויסע ריזיגער עושר, ער האט מכבד געווען די חכמי ישראל, ער איז געווארן אפגעשיידט צו תורה צוליב א פייער האט זיין טאטע האט געזעהן וואס די חכמי ישראל זענען, ער האט געזעהן ביידע וועלטן, סיי ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען און דערנאך ווען עס איז געווען וידל ישראל מאד, כלל ישראל איז פארארימעט געווארן אין דאס שיינקייט פון אידן איז פארלוירן געווארן, דעריבער האט ער נישט פארשטאנען פארוואס האבן אידן פארלוירן דעם כבוד און דאס געלד אין רשעים ווי רוימער פייניגן די אידן מיט מיתות משונות, אבער דער אמת איז אז א איד דארף וויסן אז דערמיט וואס די רשעים פייניגן אים און ער דערהאלט זיך, דערמיט ווייזט ער ארויס זיין ליבשאפט צו גאט ברוך הוא, ווי מען זעהט אין די אידישע היסטאריע אז אלע שלעכטע לייט די שונאי ישראלים האבן סוף כל סוף פארלוירן, און די אידישע פאלק וואסט און בליעט, די אידן געוואונן און די רשעים ווערן פארלוירן, אבער אינגאצען וועט מען עס זעהן וועט משיח וועט קומען.

פאר אלישע האט וויי געטון די הצלחה פון די רוימער איז ער געפאלן פאר זיי, ער האט געקוקט אויף יעצט נישט טראכטנדיג פון די ריכטיגע הצלחה פון אידן, דערפאר האט ער זיך צוגכאפט צו די קולטער פון די רומער, די גמרא זאגט אז אינמיטן לערענן פלעגט ער זיך אינטערזינגן די ניגונים פון די גוים, אויך פלעגט ער אסאך קוקן אין די ביכער פון זיי.

זיינע מעשים

אלישע האט מחליט געוון ער גייט הנאה האבן פון דער וועלט, ער גייט זיך אפלאזן פון תורה און מצות. ער איז ארויס אויף דער גאס און געטראכפן א זונה ער האט איהר געבעטן צו זינדיגן מיט אים, די זונה האט זיך נישט געוואלט גלייבן וואס זי הערט, דער גרויסער תנא אלישע בן אבויה זאל וועלן מיט אים זינדיגן, האט זיך אים געפרעגט די ביזט נישט אלישע, האט אלישע אים אנהגעכאפט און צוזאמען מיט אים געגעסן חזיר פלייש, דעמאלטס האט זי געזעהן אז ער מיינט עס ערנטס. האט זי געזאגט אויב אזוי א"כ אחר הוא, איז ער א צווייטער ער איז נישט אלישע. פון דאן אהן האט מען אים שוין נישט גערופן אלישע נאר אחר.

אלישע איז געווארן אויס שומר תורה ומצות, אזוי ווייט אז עס האט אים וויי געטועהן ווען ער האט געזעהן ווי אידן היטן די תורה, די ירושלמי (חגיגה פ"ב ה"א) פארציילט אז די רוימער האט געוואלט פייניגון די אידן, האבן זיי געהייסן אז די אידן מוזן מחלל שבת זיין, זיי מוזען טועהן מלאכות וואס מען טאר נישט טועהן אין שבת, די אידן האבן געוואלט ווייניגער מחלל שבת זיין, האבן זיי מכוון געווען אז זיי זאלן טועהן די מלאכות וואס איז אסור מן התורה פאר שבת, און די מלאכות וואס איז אסור מדרבנן אין שבת, דאס הייסט זיי האבן געוואלט זיך ארויסדרייען פון א איסור דאורייתא, וואס לכאורה די רוימער וואלטן קיינמאל נישט געוואוסט די כוונה פון די אידן, אבער אלישע וואס איז געווען א תלמיד חכם האט דאס דערציילט פאר די רוימער, און זייט דאן האבן די רוימער געצווינגען די אידן צו טועהן אין שבת א מלאכה וואס איז אסור מיט התורה.

אויך האט ער מיט גרויס רשעות גע'הרג'עט תלמידי חכמים וואס לערנען תורה.

אויך נאכדעם וואס ער איז ארויס לתרבות רעה, האבן זיך אסאך תנאים גע'חבר'ט מיט אים וויבאלד ער איז געווען גרויס אין תורה האבן זיי געוואלט פון אים לערנען, די גמרא זאגט ר' מאיר האט געטראפן א מילוגרוים די גוטע האט ער גענומען די שאלעכטץ האט ער אוועקגעווארפן דאס הייסט די גוטע חלקים פון אחר האט ער געלערנט אבער נישט די שלעכטע.

שובו בנים חוץ מאחר

איינמאל ווען ר' מאיר האט אים געזאגט רבי איר זענט אזוי גרויס אין חכמה דאן פארוואס טוט איר נישט תשובה, האט אים אלישע געזאגט איינמאל האט איך געריטן אויף א פערד אין יום הכיפורים וואס אויך געווען שבת, איך בין אריבער געגאנגען דעם מקום המקדש, און איך האב אליין געהערט א בת קול פון הימל, יעדער זאל תשובה טועהן חוץ אחר קען נישט תשובה טון וויבאלד ער ווייסט מיין כבוד און דאך זינדיגט ער.

עס איז מערקווירדיג וואס די ספרים זאגן אז אלישע וואלט געמוזט דווקא פון דא לערענן אז אפילו ער קען אויך תשובה טון, ווייל אויב הערט ער בלויז די ערשטע העלפט בת קול יעדער קען תשובה טועהן, וואלט ער נישט געהאט א נסיון און וואלט זיכער תשובה געטועהן, פון הימל האט מען אבער אים געוואלט געבן א בחירה ער זאל הערן אז עס נוצט פאר אים נישט קיין תשובה, און דאך וואלט ער זיך געמוזט שטופן און תשובה טון (שו"ת מהרי"ט ח"א או"ח סי' ח'), ממש די ווערטער זאגט ר' נחמן מברסלב אין שיחות הר"ן, און אויך ר' צבי אלימלך שפירא פון דינאוו אין זיין ספר אגרא דפרקא. אויך שטייט אזוי אין ספר של"ה. און אזוי שטייט אין ירושלמי אין לך דבר שעומד בפני התשובה.


ער איז אריין אין גן עדן

ווען אלישע איז געשטאבן האט אים ר' מאיר געזאגט רבי טו תשובה, האט ער געזאגט איך האב געהערט א בת קול אז איך קען נישט תשובה טועהן, האט אים ר' מאיר געזאגט תשב אנוש עד דכא מען קען תשובה טועהן אפילו מען האלט שוין ביים דכדוכא של נפש, ביים אויפגבעבן דעם נפש, האט זיך אלישע צוויינט און איז געשטארבן, האט ר' מאיר געזאגט איך מיין אז מיין רבי איז געשטארבן דורך תשובה (חגיגה טו).

ווען אלישע איז געשטארבן האט מען געזאגט אין הימל, מען וועט אים נישט דן זיין וויבאלד ער איז א תלמיד חכם, אבער מען וועט אים אויך נישט געבן גן עדן וויבאלד ער האט געזינדיגט, האט ר' מאיר געזאגט ניין עס איז ליבערשט מען זאל אים דן זיין אין גיהנם און דערנאך וועט ער גיין אין גן עדן. ר' מאיר האט זיך אנגערופן ווען וועל איך שוין שטארבן און ארויפגיין אויף יענער וועלט און דאן ווען ארויף קומען א רויך פון זיין קבר. ווייבל ווילאנג ער ברענט אין א פייער גייט נישט קיין רויך, אויב מען גיסט וואסער מען לעשט דאס פייער פון גיהנם דאן פארגייט א רויך (ספר היוחסין). אזוי איז טאקע געווען ווען ר' מאיר איז נפטר געווארן איז ארויף א רויך פון דעם קבר פון אלישע, האט ר' יוחנן געזאגט עס איז נישט קיין קונץ צו פארברענען די אייגענע רבי, איך זאג אייך ווען איך וועל שטארבן וועל איך אים גראד טראגן אין גן עדן. אזוי איז טאקע געווען ווער ר' יוחנן איז נפטר געווארן האט אויףגעהערט צו גיין דעם רויך און אלישע איז געקומען קין גן עדן. זיין זכות איז געווען וויבאלד אפילו נאכדעם וואס ער האט געזינדיגט האט ער געלערנט תורה מיט די חכמים און האט זיי אויסגעלענרט זיין חכמת התורה..


זיינע דורות שפעטער

עס ווערט פארציילט אז די טאכטער פון אחר האט אמאל געזאגט פאר רבי יהודה הנשיא רבי שפייזט מיך, איך האב נישט קיין ברויט, איך בין דער טאכטער פון דעם תנא אחר, האט רבי יהודה געזאגט מיט פארוואונדערונג: איז דען נאך דא פון אים קינדער ? האט זי געזאגט רבי איר זאלט געדענקען זיין גרויסקייט אין תורה נישט זיינע שלעכטע מעשים. זיין אייניקל איז געווען ר' יעקב א אייניקל פון אחר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!