אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יהושע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (הוספת קישור בינוויקי he:יהושע בן נון)
שורה 24: שורה 24:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:יהושע בן נון]]

רעוויזיע פון 14:29, 20 אפריל 2023

משה מיט יהושע (צייכונג)

יהושע בן נון איז געווען דער פירער פון כלל ישראל און דער ממלא מקום פון משה רבינו נאך זיין פטירה. ער האט אריינגעפירט די יידן קיין כנען, באַזיגט די דארטיגע פעלקער, און צוטיילט ארץ ישראל פאר די צוועלף שבטים.

יהושע בן נון איז ווארשיינליך געבוירן געווארן אין מצרים, און איז אלט געווען 42 יאר בשעת יציאת מצרים. ער איז געווען אן אייניקל פון דער נשיא פון שבט אפרים, אלישמע בן עמיהוד.

ער איז געווען דער משרת פון משה און זיין געטרייסטער תלמיד, און כאטש וואס ער האט נישט באלאנגט צו דער משפחה פון משה רבינו, האט אים גאט באשטימט אלס דער איינציגער פאסיגער איבערצונעמען די פירערשאפט פון כלל ישראל.

ער האט קודם געהייסן הושע און ווען משה רבינו האט אים געשיקט צו זיין פון די מרגלים, האט ער אים צוגעלייגט אן אות צו זיין נאמען יהושע אלס א ברכה אז גאט זאל זיין צו זיין הילף (דער טייטש פון י-ה הושע).

אמרו חז"ל על יהושע בן נון, גדול שימושה של תורה יותר מלימודה.

משפחה

לויט דעם מדרש, האָט יהושע בן נון חתונה געהאַט מיט רחב דעם זונה פון יריחו נאָך זי האָט זיך מגייר געווען. עס שטייט אויך אין חז"ל, אז יהושע האט נישט געהאט קיין זין, נאר טעכטער.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!