|
|
שורה 110: |
שורה 110: |
| [[קאַטעגאָריע:חיפה]] | | [[קאַטעגאָריע:חיפה]] |
| [[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | | [[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] |
| | [[he:נפתלי בנט]] |
רעוויזיע פון 15:23, 20 אפריל 2023
נפתלי בענעט ביים שדרות קאנפערענץ פאר געזעלשאפט
נפתלי בענעט (געבוירן דעם 25סטן מערץ 1972, י' ניסן ה'תשל"ב) איז געווען דער 13טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, פארזיצער פון דער ימינה פארטיי, פון וועמענס וועגן איז ער א כנסת דעפוטאט. ער האט אמאל געדינט ווי פארטיידיגונגס־מיניסטער, דערציאונגס מיניסטער, גלות מיניסטער און געווען א מיטגליד פון דעם פאליטישן-זיכערקייט קאבינעט אין ישראל. ווען ער האט געדינט אין דער מיליטער איז ער געווען אין סיירת מטכ"ל. דערנאך איז ער געווארן א הייטעק איניציאטאר, איינער פון די גרינדער פון דער סאיוטה פירמע.
נפתלי בענעט רעדע ביים 245סטן אומאָפּהענגיקייט טאג פון די פאראייניגטע שטאטן אין די פאראייניגטע שטאטן אמבאַסאַדע אין ישראל, די פאראייניגטע שטאטן אמבאַסאַדע אין ירושלים, יולי 2021
יונגע יארן
נפתלי בענעט איז געבוירן געווארן אין חיפה דער יונגסטער פון דריי זין געבוירן צו דזשים און מיראנא בענעט. זיינע עלטערן זענען ארויף קיין ישראל פון סאן פראנציסקא אין 1967, א חודש נאך דער זעקסטאגיגער מלחמה. זיינע זיידע־באבע האבן אימיגרירט קיי סאן פראנציסקא פון פוילן, און זענען ארויף קיין ישראל אין זייערע עלטערע יארן.
ווען ער איז געווען פיר יאר אלט, האט בענענט'ס משפחה זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטרעאל אויף צוויי יאר, אין דעם ראם פון זיין פאטער'ס ארבעט ווי א געלטשאפער. אין יענער תקופה האט די משפחה אנגעהויבן זיך נענטערן צו אידישקייט.[1] נאכדעם זענען זיי געקומען צוריק קיין חיפה און דער יונגער בענעט האט אנגעהויבן לערנען אין דער "כרמל" עלעמעטאר-שולע. ווען ער איז געווען אין קלאס ב' האט די משפחה זיך נאכאמאל אוועקגעצויגן קיין ניו דזשערזי, אויף צוויי יאר. ווען ער איז געווען אלט צען האט די משפחה צוריקגעקערט נאכאמל אין חיפה.
משפחה
נפתלי בנט מיט זיין ווייב גילת
אין יאר 1999 האט ער געהייראט גילת אתל עינב גילת בנט.[2] זיי וואוינען אין רעננה און האבן פיר קינדער: יוני, מיכל, דוד עמנואל און אביגיל.[3]
פאליטישע טעטיקייטן
אין אפריל 2012 האט בענעט געמאלדן אז ער שטעלט אויף א נייע פארטיי - "די ישראלים", מיט הרב אביחי רונצקי און איילת שקד.[4] א קורצע צייט נאכהער האבן זיי באשלאסן, דורכן איינפלוס פון כנסת דעפוטאט אורי אורבאך, זיך מיטצוטיילן מיט דער בית היהודי פארטיי, און בענעט האט קאנדידירט פאר דער פירערשאפט פון דער פארטיי. ער האט אונטערגעשריבן מיט כנסת דעפוטאט יעקב כ"ץ ("קעצאלע"), וואס איז דעמאלסט געווען פארזיצער פון דער "איחוד לאומי" פראקציע, אויף אן אפמאך לויט וואס טאמער ער ווערט דער פירער פון בית היהודי וועלן די צוויי פארטייען לויפן צוזאמען אין א פאראייניגטער ליסטע.
די בית היהודי רשימה אונטער בענעט האט באקומען 12 מאנדאטן אין די וואלן צום 19טן כנסת.[5]
וועבלינקען
רעפערענצן