אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באריס סאנדלער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פילמען" ב־"פילמס")
ק (החלפת טקסט – "פראַנצייז" ב־"פראנצויז")
שורה 15: שורה 15:
אין יאָר [[1998]] נעמט סאַנדלער אָן די פאַרבעטונג צו אַרבעטן אין דער עלטסטער ייִדישער [[צייטונג]] "[[פארווערטס|פאָרווערטס]]", [[ניו יארק|ניו־יאָרק]], וואוּ אין גיכן ווערט ער דער הויפּט־[[רעדאקטאר|רעדאַקטאָר]]. אונטער זיין השגחה פלעגט ערשיינען יעדער וואָך אויך די [[ראדיא|ראַדיאָ]]־פּראָגראַם "די פאָרווערטס־שעה", און די [[חודש]]דיקע פּובליקאַציע פאַר סטודענטן "[[ווייטער]]".

זיינע ווערק זענען איבערגעזעצט אויף [[רוסיש]], [[ענגליש]], [[פראנצויזיש|פראַנצייזיש]], [[העברעיש|עברית]], [[רומעניש]], [[דייטש]] און אַנדערע שפּראַכן.
זיינע ווערק זענען איבערגעזעצט אויף [[רוסיש]], [[ענגליש]], [[פראנצויזיש|פראנצויזיש]], [[העברעיש|עברית]], [[רומעניש]], [[דייטש]] און אַנדערע שפּראַכן.

באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פון סצענאַרן פאַר צוויי פילמס: "גיב זיך ניט אונטער, ייִדיש" ([[1991]]), און "וואוּ איז מיין היים?" ([[1992]]); 10 ווידעאָ־דאָקומענטאַרן "מאָנאָלאָגן פון ייִדישע שרייבערס". אַרויסגעגעבן 24 ביכער פון קינסטלערישער פּראָזע: "טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס" (מאָסקווע, [[1986]]), "סטופּעני ק טשודו" (מאָסקווע, [[1988]]), "דער ענין נומער "5390 (ירושלים, 1992), דער אַלטער ברונעם (תל אביב, 1994), טויערן (ירושלים, 1997), "Die grunen Apfel des Paradieses" ([[בערלין]], 2003), "גלינאַ אי פּלאָט'" (2003), "ווען דער גולם האָט פאַרמאַכט די אויגן" (ירושלים, 2004), "נישט געשטויגן, נישט געפלויגן" (ניו־יאָרק, 2007), "רויטע שיכעלע פאַר רייטשעל" (ניו־יאָרק, 2008), "אין קלאַנגענעץ פון נצח" (ניו־יאָרק, 2010),  "למד־וואָווניקעס פון מיין זכּרון" (ניו־יאָרק, 2011), "זעליאָניִע יאַבלאָקי ראַיאַ, רוסיש, ניו־יאָרק 2011), "Stones Don't Bear Witness (ניו־יאָרק, 2011), "קיינעמסדאָרף", ניו־יאָרק, 2012), "אַפּאָקריפן" (ניו־יאָרק, 2014), "Red Shoes for Rachel" (Syracuse University Press, 2017), "עקספּרעס־36", רוסיש, (מאָסקווע, 2017), "העלפאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק", ייִדיש און רוסיש (ביראָבידזשאַן, 2018), "Tall Tales About Animals Wits Tails", ענגליש און רוסיש (ניו־יאָרק, 2019), 2 בענד פּראָזע: "אַנטיקלעך פונעם סאַקוואָיאַזש" און "דעטעקטיוו ר' מאיר אָקון און אַנדערע פּאַרשוינען", ניו־יאָרק, 2019), "דענ' פּאַמיאַטי וו גאָראָדקיע אַמנעזיע", רוסיש (ניו־יאָרק, 2020), "אַ גוט מאָרגן", ייִדיש, ענגליש, רוסיש (ניו־יאָרק, ביראָבידזשאַן, 2020),

רעוויזיע פון 11:30, 29 מערץ 2023

טעקע:Sandler.gif
באָריס סאַנדלער

באָריס סאַנדלער (געב' דעם 6טן יאנואר 1950 אין בעלץ) איז אַ זשורנאַליסט און דער געוועזענער רעדאַקטאָר פון פאָרווערטס.

ביאגראפיע

סאנדלער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1950 אין בעלץ (היינט אין מאָלדאָווע). צו יענער צייט איז די פראַגע פון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור אין ראַטן־פאַרבאַנד "ענדגילטיק געלייזט געוואָרן". די היים און גאַס אין דער שטאָט בעלץ (מאָלדאַוויע) זענען געוואָרן דער שפּראַך־ און שטייגער־מקור פון אַ ייִדיש לעבן, וואָס סאַנדלער האָט איינגעזאַפּט אין זיך אין די קינדער־יאָרן און שפּעטער באַשריבן עס אין זיינע פּראָזע־ווערק.

צו פינעף יאָר הייבט ער אָן זיך לערנען מוזיק. נאָך זייענדיק אַ סטודענט פונעם קונסט־אינסטיטוט אין קעשענעוו, הייבט ער אָן אַרבעטן, ווי אַ פידלער, אינעם סימפאָנישן אָרקעסטער ביי דער מאָלדאַווישער מלוכישער פילהאַרמאָניע. דער קאַריערע פון אַ פידלער האָט ער אָפּגעגעבן בסך־הכּל אַרום פערציג יאָר.

אַ גרויסע השפּעה אויף זיין אומקער צו מאַמע־לשון און צום אָנהייבן שאַפן אויף ייִדיש האָט געהאַט דער שרייבער יחיאל שרייבמאַן. מיט שרייבמאַנס אַריינפיר־וואָרט ווערן אָפּגעדרוקט אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", 1981, זיינע ערשטע דריי נאָוועלן. שפּעטער ווערט ער דאָרט אַ מיטגליד פון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. אינעם זעלבן יאָר קומט ער אָן אויף די ערשטע יידישע ליטעראַרישע קורסן ביים מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען, וואו ער האט שטודירט מיט לעוו בערינסקי, משה פּען און וועלוול טשערנין. זיין ערשט בוך — "טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס", איז דערשינען אין יאָר 1986.

אין יאָר 1989 האָט באָריס סאַנדלער געגרינדעט ביי דער מאָלדאַווישער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע די ערשטע אין ראַטן־פאַרבאַנד ייִדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַם, "אויף דער ייִדישער גאַס" און געפירט זי אויף ייִדיש. לויט זיין איניציאַטיוו, איז געשאַפן געוואָרן אין קעשענעוו די ייִדישע ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פון סצענאַרן פאַר צוויי פילמס. פון 1990 ביז זיין עולה זיין קיין ישׂראל אין 1992, רעדאַגירט ער דעם ייִדישן טייל פון דער צוויישפּראַכיגער צייטונג "אונדזער קול" (קעשענעוו).

אין ישׂראל ווערט סאַנדלער אָנגעשלאָסן אינעם פאַראיין פון ייִדישע שרייבערס און זשורנאַליסטן, וואוּ ער איז אויסגעוויילט געוואָרן פאַרן וויצע־פאָרזיצער. ער אַרבעט אינעם ירושלימער העברעישן אוניווערסיטעט, שאַפט און לאָזט אַרויס דעם קינדער־זשורנאַל "קינד־און־קייט", נעמט איבער די פאַרוואַלטונג פונעם "לייוויק־פאַרלאַג", וואוּ נאָך אַן איבעררייס הייבן אָן ווידער אַרויסצוגיין ביכער פון ייִדישע מחברים.

אין יאָר 1998 נעמט סאַנדלער אָן די פאַרבעטונג צו אַרבעטן אין דער עלטסטער ייִדישער צייטונג "פאָרווערטס", ניו־יאָרק, וואוּ אין גיכן ווערט ער דער הויפּט־רעדאַקטאָר. אונטער זיין השגחה פלעגט ערשיינען יעדער וואָך אויך די ראַדיאָ־פּראָגראַם "די פאָרווערטס־שעה", און די חודשדיקע פּובליקאַציע פאַר סטודענטן "ווייטער".

זיינע ווערק זענען איבערגעזעצט אויף רוסיש, ענגליש, פראנצויזיש, עברית, רומעניש, דייטש און אַנדערע שפּראַכן.

באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פון סצענאַרן פאַר צוויי פילמס: "גיב זיך ניט אונטער, ייִדיש" (1991), און "וואוּ איז מיין היים?" (1992); 10 ווידעאָ־דאָקומענטאַרן "מאָנאָלאָגן פון ייִדישע שרייבערס". אַרויסגעגעבן 24 ביכער פון קינסטלערישער פּראָזע: "טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס" (מאָסקווע, 1986), "סטופּעני ק טשודו" (מאָסקווע, 1988), "דער ענין נומער "5390 (ירושלים, 1992), דער אַלטער ברונעם (תל אביב, 1994), טויערן (ירושלים, 1997), "Die grunen Apfel des Paradieses" (בערלין, 2003), "גלינאַ אי פּלאָט'" (2003), "ווען דער גולם האָט פאַרמאַכט די אויגן" (ירושלים, 2004), "נישט געשטויגן, נישט געפלויגן" (ניו־יאָרק, 2007), "רויטע שיכעלע פאַר רייטשעל" (ניו־יאָרק, 2008), "אין קלאַנגענעץ פון נצח" (ניו־יאָרק, 2010), "למד־וואָווניקעס פון מיין זכּרון" (ניו־יאָרק, 2011), "זעליאָניִע יאַבלאָקי ראַיאַ, רוסיש, ניו־יאָרק 2011), "Stones Don't Bear Witness (ניו־יאָרק, 2011), "קיינעמסדאָרף", ניו־יאָרק, 2012), "אַפּאָקריפן" (ניו־יאָרק, 2014), "Red Shoes for Rachel" (Syracuse University Press, 2017), "עקספּרעס־36", רוסיש, (מאָסקווע, 2017), "העלפאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק", ייִדיש און רוסיש (ביראָבידזשאַן, 2018), "Tall Tales About Animals Wits Tails", ענגליש און רוסיש (ניו־יאָרק, 2019), 2 בענד פּראָזע: "אַנטיקלעך פונעם סאַקוואָיאַזש" און "דעטעקטיוו ר' מאיר אָקון און אַנדערע פּאַרשוינען", ניו־יאָרק, 2019), "דענ' פּאַמיאַטי וו גאָראָדקיע אַמנעזיע", רוסיש (ניו־יאָרק, 2020), "אַ גוט מאָרגן", ייִדיש, ענגליש, רוסיש (ניו־יאָרק, ביראָבידזשאַן, 2020),

סאַמדלער איז אַ לאַורעאַט פון פּרעסטיזשפולע פּרעמיעס פאַר ליטעראַטור אין ישׂראל, פּשאַ און קאַנאַדע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!