אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זאב זשאבאטינסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "יידישע אימיגר" ב־"אידישע אימיגר")
ק (הוספת קישור בינוויקי he:זאב ז'בוטינסקי)
שורה 50: שורה 50:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:זאב ז'בוטינסקי]]

רעוויזיע פון 14:25, 20 אפריל 2023

זאב זשאבאטינסקי

וולאדימיר זאב וואלף יעווגעניעוויטש זשאבאטינסקי (אוקראיניש: Володи́мир (Зеєв Вольф) Євге́нович Жаботи́нськи) ‏ (18טן אקטאבער 1880, י"ב חשוון ה'תרמ"א - 4טן אויגוסט 1940, כ"ט תמוז ה'ת"ש) איז געווען א ציוניסטישער פאליטיקער און פערזענליכקייט. ער איז געווען דער אנפירער פונעם אצ"ל, גרינדער פון בית"ר, און דער פרעזידענט פון צה"ר און דער רעוויזיאניסטן פארטיי.

יוגנט

זשאבאטינסקי איז געבוירן אין אדעס (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער יעווגעני (יונה בן צבי) און זיין מוטער חוה (זַ"ק), אן אייניקל פון דעם דובנער מגיד. ווען זאב איז אלט געווען פינעף יאר איז זיין פאטער נפטר געווארן, און ווען ער איז געווען אלט זיבן יאר, האט זיין מאמע אים געשיקט אין פאלקס גימנאזיע, וואס זייענדיג א ייד, איז שווער געווען צו לערנען, אין אזא פלאץ, ער האט זייער ליב געהאט שפראכן, און ער האט געלערנט ענגליש, פראנצויזיש, דייטש, ווי אויך האט ער געקענט איטאליעניש, גריכיש, לאטייניש און עספעראנטא, און דאס אלעס אויסער יידיש, רוסיש, און העברעיש, וואס שפעטער אין זיין לעבן, האט ער זיך טאקע בעיקר באשעפטיגט אין איבערטייטשן.

ער האט נישט פארענדיקט שולע, אבער ער האט פארלאזט צאריש רוסלאנד, זאגנדיג אז ער זעט נישט קיין צוקונפט פאר אידן, אין די לאנד, ער איז געפארן קיין בערן, שווייץ, ווי א צייטונג רעפארטער, ער האט גערעדט פאר א גרופע פון יידישע סטודענטן, און ער האט געזאגט, אז די הצלחה פון אידן וועט נאר זיין אין ארץ ישראל, ער איז נישט געווען צופרידן פון שווייץ, איז ער געפארן לערנען געזעץ, אין רוים, איטאליע, אויך אלס רעפארטער, געזעץ איז אים נישט געווען צום הארצן, האט ער זיך גענומען צו מוזיק, קולטור. ער פלעג שרייבן מיטן פסעוודאנים "אלטאלענע" (איטאליעניש פאר הוידלקע).

ער איז צוריק קיין אדעס, און ער האט געשריבן פארשטעלונגען פאר טעאטער, מען האט אים ארעסטירט, און דארט האט ער אנטדעקט, אז רוב ארעסטירטע זענען אידן.

אין 1907 האט ער געהייראט יאאנא מארקאוונא גאלפרין.

זיין נאציאנאלע ערוועקונג

אין 1903 איז פארגעקומען א פאגראם אין דובוסארי, א שטעטל אין אדעס גובערניע, ער האט געשיקט בריוון צו די ראשי קהילה, אז זיי זאלן אויפשטעלן א יידישע זעלבסטשוץ ארגאניזאציע. און נאכן גרינדונג, האט ער מיט מאיר דיזנגאף, צוזאמגעשטעלט געלט פאר געווער, נאכן קישינעוו פאגראם, איז ער געקומען צום פולן איבערצייגונג, אז אידן מוזן ארויס פון גלות.

דעמאלט האט ער זיך אריינגעלייגט אינגאנצן אין ציוניזם, זענדיג אין דעם בונד א פיינט, פארן האלטן אז א סאציאל דעמאקראטישע רוסלאנד, וועט געבן גלייכבארעכטונג צו די אידן, ער איז געווען א דעלעגאט, ביים זעקסטן ציוניסטישן קאנגרעס, ווי ער האט זיך געטראפן מיט הערצל, נאכן קאנגרעס האט ער זיך פארנומען, מיט אויפשטעלן ציוניסטישע שולעס אין רוסלאנד, און אין פוילן, ער האט זיך פארמאסטן אין די וואלן אויף א ציוניסטישע ליסטע, אבער ער איז דורכגעפאלן, ער האט פרובירט זיין הצלחה אין פארשידענע ארבעט, בעיקר אין איבערטייטשן ביכער אויף העברעיש.

ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז זשאבאטינסקי געווען פון די פלאנירער, זיינע פלענער זענען אבער נישט אויסגעפירט געווארן, און בכלל דאס בויען איז אפגעשטיפט געווארן, צוליב די ערשטע וועלט מלחמה.

ערשטע וועלט מלחמה

ביים אויסבראך פונעם קריג, האט ער פאראויס געזען דאס צאמפאלן פון דער אטאמאנישע אימפעריע, און ער האט אנגעפאנגען א קאמפיין, אויפצושטעלן א יידישע בריגאדע, ער האט פרובירט מיט פראנקרייך, דערנאך מיט בריטאניע, ווי זיי האבן איינגעשטימט, נאך אסאך מיטשענען, נאכצוקומען זיין פארלאנג, דער בריגאדע האט צום ענדע, מיט יוסף טרומפעלדאר, געהאלפן באפרייען פאלעסטינע פון די טערקן.

אין פאלעסטינע

די אראבער האבן ביי די פאגראמען פון 1920, אומגעברענגט אידן. זשאבאטינסקי האט מיט זיינע יונגען, נקמה גענומען אין די אראבער, די פאליציי האט אים ארעסטירט, און אים פאראורטיילט אויף פופצן יאר טורמע, מיט שווערער ארבעט, ווען דער בריטישער מאנדאטארישע רעגירונג איז אויפגעשטעלט געווארן, איז ער ארויסגעלאזט געווארן פון טורמע.

דא האט זיך דער פיינטשאפט פון די לינקע סאציאליסטן זיך אויפגעוועקט, און מיט זייער טענה אז ער מאכט בלויז שאדן פאר די ציונים, ער האט רעזיגנירט פון דעם ציוניסטישן יוניאן, און ער האט געגרינדעט זיין אייגענע ציוניסטישע פארטיי, וואס האט זיך גערופן צה"ר, בונד פון ציוניסטישע רעוויזיאניסטן, אויך האט ער אויפגעשטעלט די יוגענט באוועגונג בית"ר.

זיין ארומפארן

ער איז ארומגעפארן א וועלט אויפצוטרייבן שטיצע, אין אמעריקע און אייראפע. אום 1926 איז ער געקומען צום צווייטן מאל אין פאלעסטינע, און ער האט אטאקירט די לינקע פאר זיין קאמפראמיסטן קעגן די בריטישע רעגירונג, ער איז דערנאך געפארן קיין אייראפע, צו די קאנגרעס פון זיין פארטיי, און ביי די ציוניסטישע קאנגרעס, האט ער געכאפט קלעפ פון קעגנערס, אין 1931 איז ער אינגאנצן ארויס פונעם ציוניסטישן פארטיי, און דערקלערט אז זיין ציוניזם איז דאס ריכטיגע פארטיי,

זיינע ווארענונגען

ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט, אין דייטשלאנד, האט ער געהאלטן אין איין ווארענען אז עס דערנענטערט זיך א טראגעדיע אויפן יידישן פאלק, ער האט געהאט גאנצע פלענער, ווי אזוי ארויף צו ברענגען אידן קיין פאלעסטינע, נאך די פאגראמען פון תרפ"ט, איז א געוויסער אברהם תהומי, ארויס פון די הגנה, און זשאבאטינסקי האט מיט אים צוזאמען, געגרינדעט די גרופע, וואס וועט ווערן דער אצ"ל, ביי דער אויפשטאנד פון תרצ"ו תרצ"ט, איז ער געווען פארנומען מיט דער פראגע, אויב די בריטישע האבן א לעגאלע רעכט צו געוועלטיגן אין פאלעסטינע, און נאכן פיל קאמיסיע, ברענגנדיג די צאל אידישע אימיגראנטן, צו 75,000 פאר פינעף יאר, האט ער אנגעפאנגען מיט אקטיוויטעטן אויף עליה ב', צו ראטעווען ווי מער אידן מעגליך.

זיין פלוצלינגע טויט

זייענדיג אין ניו יארק נאכן אויסבראך פון דער צווייטער וועלט מלחמה, כדי אויפצושטעלן א נייע יידישע בריגאדע, האט ער געהאט א הארץ אטאקע, און ער איז געשטארבן, ער האט געשריבן מיט עטליכע יארן פריער, אז ער וויל באגראבן ווערן אין דעם יידישן לאנד, ווען עס וועט אויפשטיין און די רעגירונג וועט אים ארויפברענגען, דוד בן גוריון האט אין אים געזען א פיינט, האט ער אים נישט געוואלט ארויף ברענגען, לוי אשכול האט אים ארויפגעברענגט אין 1964, און ער ליגט באגראבן אויפן הערצל בארג, אין ירושלים.

משפחה

מיט זיין ווייב יאאנא האט ער געהאט איין זון א בן יחיד, ערי זשאבאטינסקי א ישראל פאליטיקער, זיין ווייב איז ארויפגעברענגט געווארן צוזאמען מיט אים.

וועב-לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!