אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ביאליסטאק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "יידישע קאמפס ארגאניזאציע" ב־"אידישע קאמפס ארגאניזאציע")
ק (החלפת טקסט – "יידישע פוילישע היסטאריע" ב־"אידישע פוילישע היסטאריע")
שורה 15: שורה 15:


[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]]
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע פוילישע היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע פוילישע היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:חורבן אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:חורבן אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 09:53, 19 מערץ 2023

ביאליסטאק איז א גרויסע שטאט אין פוילן, וואו עס האבן געוואוינט טויזנטער יידן.

ווען די דייטש האט אריינמארשירט קיין פוילן, איז ביאליסטאק געווען אונטער רוסלאנד, לויטן ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך, אבער אין יוני 1941 האט דייטשלאנד אונטער גענומען אפעראציע בארבאראסע, און אטאקירט די סאוועטן פארבאנד, ביים אריינקומען אין ביאליסטאק, האבן געוואוינט דארט, איבער פופציג טויזנט אידן, גלייך ביים אנקומען האבן די נאציס אנגעפאנגען מיט זייערע מערדערישע אקטן, און האבן פארברענט צוויי טויזנט אידן לעבעדיגערהייט, איבער די קומענדיגע פאר וואכן, האבן זיי אומגעברענגט, נאך אפאר טויזנט אידן.

אין אויגוסט 1941, איז אויפגעשטעלט געווארן א געטא, ווי אין אלע אנדערע געטאס, געווארן א ציל צו רויבערייען, פון דאס יידישע האב און גוטס, די געטא איז געווען אנגעפירט דורך א יודנראט, און אלס עלטעסטער, איז געווען אפרים באראש.

א יידישע אונטערגרונט איז געווען טעטיג אין דער געטא, אבער איז געווען פארטייאיש, אבער אין יולי 1943, איז אויפגעשטעלט געווארן א פאראייניגטע אידישע קאמפס ארגאניזאציע, מיטן אנפירערשאפט פון מרדכי טענעבוים-טאמאראוו, אויך איז אויפגעשטעלט געווארן אן ארכיוו, וואס האט באשריבן דאס לעבן אינעם געטא.

אין פעברואר 1943, זענען צען טויזנט אידן פארשיקט געווארן קיין טרעבלינקע, אום אויגוסט איז געווען א באפעל, צו פארשיקן נאך דרייסיג טויזנט אידן, אבער עס האט אויסגעבראכן אן אויפשטאנד, וואס האט אנגעהאלטן פון 16טן אוגוסט ביזן 20סטן אוגוסט, און די קעמפער זענען אומגעקומען, דערנאך איז געבליבן א קליינע געטא, מיט א פאר טויזנט איינוואוינער, וואס אין ענדע יאר 1943 זענען זיי אויך אומגעקומען.

הונדערט פופציג יידישע אונטערגרונט מיטגלידער, האבן זיך אנגעשלאסן מיט פארטיזאנער, און א טייל פון זיי האבן איבערגעלעבט די קריג, נאך דריי הונדערט אידן זענען אהיים געקומען קיין ביאליסטאק, ווען די מלחמה האט זיך גענדיקט.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!