אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מויסיי פישביין"
ק (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן") |
ק (החלפת טקסט – "קיִעוו" ב־"קיעוו") |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
'''מויסיי (משה) פישביין''' ([[אוקראַיִניש]]: Мойсей Абрамович Фі́шбейн /מויסיי אבראמאוויטש פישביין/; געבוירן דעם 1טן דעצעמבער 1946 אין טשערנאָוויץ) איז איינער פון די גרעסטע היינטצייטיקע אוקראַיִנישע [[דיכטער]], אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג. | '''מויסיי (משה) פישביין''' ([[אוקראַיִניש]]: Мойсей Абрамович Фі́шбейн /מויסיי אבראמאוויטש פישביין/; געבוירן דעם 1טן דעצעמבער 1946 אין טשערנאָוויץ) איז איינער פון די גרעסטע היינטצייטיקע אוקראַיִנישע [[דיכטער]], אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג. | ||
מויסיי פישביין האָט פאַרענדיקט אין 1976 דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם | מויסיי פישביין האָט פאַרענדיקט אין 1976 דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם קיעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין דעצעמבער 1970 מיט אַ ליד אינעם קיעווער זשורנאַל "וויטשיזנאַ" («Вітчизна»). אין 1974 איז אין קיעוו דערשינען מויסיי פישביינס ערשטע לידער-זאַמלונג «Ямбове коло» ("יאַמבען-קרייז"). | ||
אין 1979 איז דער דיכטער עולה געווען קיין [[ישראל]]. אין 1982 האָט מויסיי פישביין זיך אַריבערגעצויגן קיין [[דייטשלאַנד]], וואוּ ער האָט במשך פון אַ סך יאָרן געאַרבעט אין דער אוקראַיִנישער און אין דער רוסישער רעדאַקציע פון דער ראַדיִאָ-סטאַנציע "פרייהייט". אין 1984 איז אין ניו-יאָרק דערשינען זיין צווייטע לידער-זאַמלונג «Збірка без назви» ("זאַמלונג אָן אַ נאָמען"). דאָס בוך האָט אין זיך איינגעשלאָסן באַנאַנד מיט מויסיי פישביינס אָריגינעלע לידער אויך זיינע איבערזעצונגען פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון העברעיִש (רבי [[יהודה הלוי]] און [[חיים נחמן ביאַליק]]) און פון ייִדיש (מאיר חרץ). אין 2003 האָט מויסיי פישביין זיך אומגעקערט קיין אוקראַיִנע, וועלכע איז צו יענער צייט געוואָרן אומאָפּהענגיק, און זיך באַזעצט אין | אין 1979 איז דער דיכטער עולה געווען קיין [[ישראל]]. אין 1982 האָט מויסיי פישביין זיך אַריבערגעצויגן קיין [[דייטשלאַנד]], וואוּ ער האָט במשך פון אַ סך יאָרן געאַרבעט אין דער אוקראַיִנישער און אין דער רוסישער רעדאַקציע פון דער ראַדיִאָ-סטאַנציע "פרייהייט". אין 1984 איז אין ניו-יאָרק דערשינען זיין צווייטע לידער-זאַמלונג «Збірка без назви» ("זאַמלונג אָן אַ נאָמען"). דאָס בוך האָט אין זיך איינגעשלאָסן באַנאַנד מיט מויסיי פישביינס אָריגינעלע לידער אויך זיינע איבערזעצונגען פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון העברעיִש (רבי [[יהודה הלוי]] און [[חיים נחמן ביאַליק]]) און פון ייִדיש (מאיר חרץ). אין 2003 האָט מויסיי פישביין זיך אומגעקערט קיין אוקראַיִנע, וועלכע איז צו יענער צייט געוואָרן אומאָפּהענגיק, און זיך באַזעצט אין קיעוו. דאָרט וואוינט ער ביז יעצט. | ||
רעוויזיע פון 22:00, 29 מערץ 2023
מויסיי (משה) פישביין (אוקראַיִניש: Мойсей Абрамович Фі́шбейн /מויסיי אבראמאוויטש פישביין/; געבוירן דעם 1טן דעצעמבער 1946 אין טשערנאָוויץ) איז איינער פון די גרעסטע היינטצייטיקע אוקראַיִנישע דיכטער, אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג.
מויסיי פישביין האָט פאַרענדיקט אין 1976 דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם קיעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין דעצעמבער 1970 מיט אַ ליד אינעם קיעווער זשורנאַל "וויטשיזנאַ" («Вітчизна»). אין 1974 איז אין קיעוו דערשינען מויסיי פישביינס ערשטע לידער-זאַמלונג «Ямбове коло» ("יאַמבען-קרייז").
אין 1979 איז דער דיכטער עולה געווען קיין ישראל. אין 1982 האָט מויסיי פישביין זיך אַריבערגעצויגן קיין דייטשלאַנד, וואוּ ער האָט במשך פון אַ סך יאָרן געאַרבעט אין דער אוקראַיִנישער און אין דער רוסישער רעדאַקציע פון דער ראַדיִאָ-סטאַנציע "פרייהייט". אין 1984 איז אין ניו-יאָרק דערשינען זיין צווייטע לידער-זאַמלונג «Збірка без назви» ("זאַמלונג אָן אַ נאָמען"). דאָס בוך האָט אין זיך איינגעשלאָסן באַנאַנד מיט מויסיי פישביינס אָריגינעלע לידער אויך זיינע איבערזעצונגען פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון העברעיִש (רבי יהודה הלוי און חיים נחמן ביאַליק) און פון ייִדיש (מאיר חרץ). אין 2003 האָט מויסיי פישביין זיך אומגעקערט קיין אוקראַיִנע, וועלכע איז צו יענער צייט געוואָרן אומאָפּהענגיק, און זיך באַזעצט אין קיעוו. דאָרט וואוינט ער ביז יעצט.
זיינע ביכער
- Ямбове коло, Київ, 1974
- Збірка без назви, Нью-Йорк, 1984
- Дивний сад, Київ, 1991
- Апокриф, Київ, 1996
- Розпорошені тіні, Львів, 2001
- Аферизми, Київ, 2003
- Ранній рай, Київ, 2006
וועבלינקען
- מויסיי פישביינס לידער און איבערזעצונגען (אויף אוקראַיִניש)
- מויסיי פישביין ליינט זיינע לידער (אויף אוקראַיניש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!