אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי כתריאל דוד קאפלין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ראשי ישיבות אין ישראל" ב־"ראשי ישיבות אין ארץ ישראל")
שורה 22: שורה 22:
[[קאַטעגאָריע:לאנדאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:לאנדאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:דיינים]]
[[קאַטעגאָריע:דיינים]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר הזיתים]]
[[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר הזיתים]]
{{שטומף|רבנים}}
{{שטומף|רבנים}}
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 10:02, 17 מערץ 2023

 

הרב כתריאל דוד קאפלין (חוה"מ סוכות תרצ"ב - י"ד אייר תשס"ו, 2006) איז געווען א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין; אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען ראש ישיבה פון ישיבת תורת חכם אין ירושלים.

ביאגראפיע

הרב קאפלין איז געבוירן געווארן אין ענגלאנד, צו זיין פאטער ר' נח קאפלין, א זון פון ר' משה אהרן פינחס קאפלין, א זון פון הרב נחום מגיד. ער האט געלערנט אין דער געיטסהעדער ישיבה און אין חברון ישיבה. נאכהער האט ער געלערנט אין געיטסהעד כולל. אין די תר"כ יארן איז ער געווען איינער פון די רעדאקטארן פונעם תורה זשורנאל "הד אליהו" וואס די תלמידים פון הרב אליהו אליעזר דעסלער האבן ארויסגעגעבן.

ער איז געווען רב פון דער "שומרי הדת" שול אין העמפסטעד, לאנדאן. קורץ נאך ווען ער אויפגענומען דעם אמט האט מען אים גערופן צו ווערן א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין. אין זיינע לעצטע יארן איז ער ארויף קיין ישראל וואו ער האט געוואוינט אין דעם בית וגן געגנט פון ירושלים, און געדינט ווי ראש ישיבה פון ישיבת תורת חכם.

זיין זון הרב שמעון ירחמיאל קאפלין איז דער מחבר פונעם ספר "צמח דוד", און א מגיד שיעור אין דער שערי תורה ישיבה אין מאנטשעסטער. זיין נעפע הרב שמואל סיימאנס איז א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין און מחבר פונעם ספר "מעיל שמואל".

ער איז נפטר געווארן אין לאנדאן אין תשס"ו, און מ'האט אים געברענגט צו קבורה אין הר הזיתים.

זיינע ספרים

  • הד אליהו, לאנדאן, תשכ"ג
  • כתר דוד, ירושלים, תשכ"ח
  • כתר דוד תניינא
  • תולדות נח, לאנדאן, תשמ"ג
  • כתר נהורא, ירושלים
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!