אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים מערץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (0))
צייכן: צוריקגעשטעלט
שורה 27: שורה 27:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|0]]

רעוויזיע פון 11:15, 24 אפריל 2023

רבי חיים מערץ (תש"וד' אייר תש"פ) איז געווען דער רבי פון "תולעת יעקב" חסידות אין וויליאמסבורג.

ביאגראפיע

ער איז געווען דער עלטסטער זון פון רבי יחזקאל שרגא מערץ, באקאנט אלס רבי יחזקאל'ע, און ער האט חתונה געהאט מיט מרת רחל, א טאכטער פון דער קאזשניצער רבי, רבי מרדכי האלפערין.

נאך זיין טאטנ'ס פטירה האט ער איבערגענומען די תולעת יעקב קהילה אין וויליאמסבורג, און געפירט רבי'סטעווע.

חודש ניסן תש"פ איז ער קראנק געווארן מיט דער קאראנא ווירוס, און נאך עטליכע וואכן זיך וואלגערן אין שפיטאל בין מוות לחיים, איז ער נפטר געווארן ה' אייר תש"פ, אין עלטער פון 73 יאר.

ער איז געקומען לקבורה אין ניו דזשערזי.

שטורעם ביי דער לויה

ביי זיין לויה וואס איז פארגעקומען אינמיטן דער קאראנא פאנדעמיע, האבן זיך טויזנטער אידן צוזאמגענומען און שווארץ געמאכט די ארומיגע גאסן פון זיין שול, קעגן די רעגירונג געזונטהייט באווארונונגען קעגן פארזאמלונגען אין צייט פון א מגיפה.

עס איז אנטשטאנען א שטורעם ווען דער מעיאר ביל דיבלאזיא איז פערזענליך אראפגעקומען און פארארדענט פאר די פאליציי צו פארטרייבן די טויזנטער פארזאמלטע. דער אינצידענט איז ברייט פארשמירט געווארן אין דער פרעסע ארום דער וועלט.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!