אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:התאחדות הרבנים"
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:התאחדות הרבנים דארצות הברית וקנדה) |
||
שורה 38: | שורה 38: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:התאחדות הרבנים דארצות הברית וקנדה]] |
רעוויזיע פון 14:24, 20 אפריל 2023
דאס התאחדות הרבנים איז דער רבנים פאראיין פון סאטמאר און אנדערע חרדישע געמיינדעס אין אמעריקע.
גרינדונג
התאחדות הרבנים איז געגרינדעט געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים ז"ל דער סאטמארער רבי צו באקעמפן אלע פירצות און שטעלן דאס אידישקייט אין אמעריקע צוריק ווי סאיז געווען אין דער אלטער היים אין סאטמאר, ער איז געווען דער נשיא פון דער גרינדונג ביז זיין פטירה כ"ו אב תשל"ט.
צווישן די רבנים וואס זענען געווען חברים אין התאחדות הרבנים זענען געווען:
- ר' יונתן שטייף וויענער רב
- ר' יהושע חיים טייטלבוים טשענסטקאוויצער רב
- ר' רפאל בלום קאשויער רב
- ר' ישכר בער ראטנבערג וואוידיסלאווער רב
- ר' הלל ליכטנשטיין קראסנער רב
- ר' יוסף גרינוואלד פאפא רב
- ר' משה טייטלבוים סאטמארער רב - וואס האט געדינט אלס נשיא פון תש"ם ביז זיין פטירה כ"ו ניסן תשס"ו
- ר' שמעון ישראל פאזען, שאפראנער רב
- ר' שלום קרויז, אודוואריער רב
- און נאך קרוב צו צוויי הונדערט רבנים.
אפטיילונגען
התאחדות הרבנים איז צאמגעשטעלט געווארן פון א וועד הפועל, וועד חיזוק הדת, וועד המרכזי. מיט דער צייט האט מען געגרינדעט א וועד הכשרות, און א בית דין אויף דיני תורות.
חברים היינט צו טאגס
ר' יחיאל יצחק גליק איז געווען דער מנהל און ספרא דדיינא. ער האט איבער גענומען פון ר' יודל גרובער, און פאר ר' יודל איז געווען ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש.
הרב מענדל זילבער איז דער אב"ד, ער פירט אן דעם בית דין און די דיני תורות.
דער וועד הכשרות באשטייט פון
- ר' הלל וויינבערגער סערדאהעלער רב, וואוינט אין מאונט קיסקא,
- ר' אברהם יושע העשיל ביק מעזשעביזשער רב פון בארא פארק,
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!