אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (בני ברק)"
ק (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום") |
ק (החלפת טקסט – "פטירה דאטע" ב־"פטירה דאטום") |
||
שורה 4: | שורה 4: | ||
|באשרייבונג= | |באשרייבונג= | ||
|געבורט דאטום=טבת ה'תרצ"א | |געבורט דאטום=טבת ה'תרצ"א | ||
|פטירה | |פטירה דאטום=י' תשרי ה'תש"ע | ||
|הויף ארט= [[בני ברק]] | |הויף ארט= [[בני ברק]] | ||
|קבורה ארט = [[הר הזיתים]] | |קבורה ארט = [[הר הזיתים]] |
רעוויזיע פון 23:54, 9 מערץ 2023
געבורט | טבת ה'תרצ"א |
---|
רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (געב' טבת ה'תרצ"א; נפטר יום כיפור ה'תש"ע) איז געווען דער לעלאווער רבי אין בני ברק.
ביאגראפיע
רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן טבת תרצ"א צו זיין פאטער רבי משה מרדכי פון לעלאוו. ער האט געוואוינט אין צפת און פופצן יאר אין קרוין הייטס, ברוקלין. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אין דער תומכי תמימים ישיבה אין תל אביב, ביי הרב רפאל כהן.
נאך זיין פאטערס פטירה אין תשמ"ז האט מען אים געקרוינט קארלין-לעלאווער רבי. שפעטער, צו שליכטן די מחלוקת אין קארלין, האט ער באשלאסן אז ער וויל מער נישט פירן די קארלינער חסידים, נאר די לעלאווער חסידים.
זיין בית מדרש איז געווען אין בני ברק. אין זיינע לעצטע טעג האט ער געוואוינט כמעט א גאנץ יאר אין צפת.
ער איז נפטר געווארן יום כיפור תש"ע, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.
משפחה
רבי שמעון נתן נטע האט געהייראט מרת לאה איטא (נפ' א' אדר ב' ה'תשע"א), טאכטער פון הרב שלמה פריינד. זיי האבן געהאט דריי זין און זעקס טעכטער:
- רבי אליהו עזריאל, דינט אלס רבי אין רמת לעלוב, בני ברק.
- רבי אהרן, דינט אלס רבי אין בית שמש—רוב פון די חסידים האבן אים מקבל געווען ווי זייער רבי.
- רבי יעקב יצחק, דינט אלס רבי אין ירושלים.
- גאלדא פריידא (נפ' געווארן ה'תשע"ח, ווייב פון רבי יששכר דב לייפער, נאדווארנער רבי אין צפת.
- ווייב פון הרב אליהו (אייליש) באכנער, וואוינט אין פאראייניגטע שטאטן.
- ווייב פון הרב שמחה אברהם קארנרייך, באבאווער חסיד.
- ווייב פון הרב מענדל גאלד, רב פון קהל בית אשר אין בארא פארק.
- ווייב פון הרב אברהם משה גראס, סקווערער חסיד.
- אסתר צירל, ווייב פון הרב ישראל ערנסטער, זון פון הרב מנחם ערנסטער, דער וויזשניצער ראש ישיבה.
וועבלינקען
- אדמו"ר רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, נזר התורה, בסוגיא דקונם אני עושה לפיך
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!