אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה סאלאווייטשיק (שווייץ)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
ק (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")
שורה 3: שורה 3:
|בילד=Moshe solovaitchik.JPG-->
|בילד=Moshe solovaitchik.JPG-->
|באשרייבונג=הרב משה סאלאווייטשיק
|באשרייבונג=הרב משה סאלאווייטשיק
|יידישע געבורט דאטום=[[א' תשרי]] [[ה'תרע"ה]]
|אידישע געבורט דאטום=[[א' תשרי]] [[ה'תרע"ה]]
|געבורט ארט= [[מינסק]]
|געבורט ארט= [[מינסק]]
|יידישע טויט דאטום=[[י"ט אייר]] [[ה'תשנ"ה]]
|יידישע טויט דאטום=[[י"ט אייר]] [[ה'תשנ"ה]]

רעוויזיע פון 16:06, 9 מערץ 2023

הרב משה סאלאווייטשיק
געבורט א' תשרי ה'תרע"ה (יארגאנג: 109)
מינסק
באשעפטיגונג ראש ישיבה
זיינע רביס רבי ברוך בער לייבאוויץ

רבי יעקב משה מרדכי סאָלאָווייטשיק (א' תשרי ה'תרע"ה /1914/ - י"ט אייר ה'תשנ"ה /1995/) איז געווען אַ תלמיד חכם און ראש ישיבה אין ישיבת לוצערן, שווייץ.

ביאגראפיע

רבי משה סאלאווייטשיק איז געבוירן אין אנהייב פון יאר תרע"ה (1914) אין דער שטאָט מינסק אין ווייסרוסלאַנד, רוסלענדישע אימפעריע, צו זיין פאטער רבי ישראל גרשון, דער עלטסטע זון פון רבי רבי חיים בריסקער (בשעת'ן אנטלויפן פון אידן פון בריסק און דערנעבנדיגע דיסטריקטן צום גרעניץ אין דער ערשטער וועלט מלחמה).

אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין בריסק ביי הרב משה סאָקאָלאָווסקי ("בעל אמרי משה") און דערנאך אין קאמעניץ ביי רבי ברוך בער לייבאָוויץ. צוליב דער גרויסער ארעמקיייט פון זיין משפּחה, איז ער געגאנגען פון בריסק קיין קאמעניץ צופיס, און אנגעקומען נאָך אַ לאַנגער צייט, מיד און אויסגעמוטשעט. אין ה'תרצ"ח (1938), צוזאמען מיט זיין קוזין, און אויך זיין פריינד רבי אהרן לייב שטיינמאַן, איז ער געפארן קיין שווייץ אויסמיידן די ציונג פון דער פוילישער מיליטער און זיי דריי האבן אנגעהויבן לערנען אין דער עץ חיים ישיבה אין מאָנטרע. צוליב דעם אויסבראך פון דער צווייטער וועלט מלחמה זענען זיי געבליבן אין דער שווייץ און קיינמאָל נישט זיך אומגעקערט צו בריסק, וואו עס האבן געלעבט זיין פארבליבענע משפּחה, וואס זענען אומגעקומען אינעם חורבן.

בשעת דער מלחמה, איז ער געווען איינגעשפארט פאַר א יאָר אין אַ פאַרהאַלטונג לאַגער, אויפגעשטעלט דורך דער שווייצער רעגירונג פאר פרעמדע בירגער, וואס זענען אנטלאפן פון אנדערע לענדער.

משפחה

רבי יעקב משה און זיין ווייב (נוימאן) האבן געהאט די קינדער:

  • הרב ישראל
  • הרב ברוך, ראש ישיבה אין "תורת זאב"
  • הרב אברהם ישעיה
  • מרת חיה, ווייב פון רבי שלמה זאב קארלעבאך
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!